top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע קבלת פנים בחוצות ירושלים צו באפרייאונג פון בעל מסי"נ הרב יהושע דדון שליט"א

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 בנוב׳ 2024

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: מ.א.נוימן


הונדערטער בני ציון היקרים תושבי ירושלים האבן דעם מוצאי שבת מקבל פנים געווען מיט טענץ און געזאנג דעם אסיר ציון ומקדש שם שמים הרב יהושע דדון שליט"א וועם די רשעי הציונים האבן געהאלטן אונטער די אייזערנע טורמע גראטעס פאר אריבער א האלבע יאר צייט, און ווערט אצינד ווידער אריינגעשליידערט אין טורמע פאר'ן איינציגן זינד פון מוחה זיין כדת של תורה קעגן די געשעפטן בפלטרין של מלך וואס טוען ליידער פארקויפן די טריפה'נע טעלעפאנען.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן פון רחוב שומרי אמונים, ווי הונדערטער ילדי חן תינוקות של בית רבן האבן באגלייט דעם אסיר ציון לענגאויס די גאסן פון ירושלים מיט פאסיגע ניגונים ביזן ככר השבת. אנקומענדיג צו כיכר השבת איז דער אסיר ציון ארויפגעפירט געווארן אויפן ספעציעלן בימת הכבוד ווי עס זענען געזעצן גדולי הרבנים מנהיגי העדה החרדית שליט"א. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער חבר הבד"ץ הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, דערנאך האט מען געהערט רירענדע ווערטער פונעם מוסר נפש וועלכע האט געמאכט א סיום אויף עטליכע מסכתות וואס ער האט געלערנט צווישן די פינסטערע טורמע ווענט.


מיטן ריכטיגן כבוד התורה האט מען מקבל געוועהן פני גדולי הדור כ"ק מרן פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צוזאמען מיטן ראש ישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורצ'ין שליט"א, און הגה"צ ר' משה קרעמער ממנהיגי ברסלב. 


מ'האט געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם פאר הדור אויף די גרויסע זכות פונעם בעל מסירת נפש לקדש שם שמים. דערנאך האט מען געהערט קורצע ווערטער פונעם ראש ישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורצ'ין שליט"א. דאן האט מען געהערט ווערטער פון הגאון רבי יחזקאל כהן שליט"א רב שכונות קנה בושם בבית שמש ווי דער אסיר ציון וואוינט. צום שלוס פונעם מעמד האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א געזאגט קבלת עול מלכות שמים וועלכע האט אפגעהילכט אין דעם גאנצן אומגעגענט און האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין צוזאמען מיטן אסיר ציון, און איהם באגלייט צוריק אין תפיסה מיט טענץ און געזאנג.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page