top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

במעמד גדולי ישראל: היסטארישע כינוס היסוד צום גרינדונג פון ארגון "כתף לילד" פאר קינדער פון צוטיילטע שטיבער ל"ע

לפני 7 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א היסטארישע כינוס היסוד איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענע וואך אין שטאט בני ברק, ווי מען האט מעמד גדולי ישראל מייסד געווען דעם חשובן ארגון "כתף לילד", ספעציעל דעזעגנירט צו געבן חיזוק און הילף פאר לעכטיגע אומשולדיגע קינדערלעך, לעבעדיגע יתומים, וועלכע קומען ליידער פון צעטיילטע שטיבער ל"ע. ודין גרמא, אז די לעכטיגע קינדערליך, אלו הצאן מה חטאו, וואקסן אויף אונטער א פארמאכטע פיינפול יוגנט, נישט קענענדיג צופיל ארומרעדן צו פרעמדע איבער זייער שיקזאל, זייענדיג א טעמע וועלכע איז גאר האקל און סענסעטיוו, און מיטן גרינדונג פונעם נייעם אירגון וועט דאס עטוואס פארגרינגערן זייער מצב בעצה חיזוק והדרכה, דערמיט קענען אויפוואקסן געזונט און פעהיג פונקט ווי א צווייטן.


ביים כינוס האבן זיך משתתף געווען הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק;  כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א;  הגאון הגדול רבי חיים פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה; הגאון רבי איתמר גרבוז שליט"א ראש ישיבת ארחות תורה; הגה"צ המשפיע רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב; און הגאון רבי יחזקאל דערבארמדיגער שליט"א רב דחסידי באיאן ורב שכונת הסופרים. אין צוגאב האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון ר' חנוך זייברט ראש העיר בני ברק, זייענדיג זעלבסט פון די עסקנים פונעם ארגון, און עטליכע פראפעסיאנאלע מומחים בתורת הנפש, און לאנגיעריגע מחנכים, וועלכע וועלן זיין א טייל פון די "כתף לילד" ארגאניזאציע.


איינס פון די מערסט מרוגש'דיגע אויפטריטן ביים כינוס גדולי ישראל ומעמד היסוד פונעם אירגון "כתף לילד" איז געווען די הארציגע רירנדע דרשה פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק, ווי ער האט אויפגעוויקלט פון טיפן הארץ ארויס זיין פערזענליכע לעבנס געשיכטע, אז ער איז ליידער געווארן א יתום אין יונגן עלטער פֿון זעקס יאר, ער איז געווען ממש עלנד ווי אליין אויפן וואסער באין עוזר ומושיע אן קיין שום הילף ארגאניזאציעס און ער שפירט נאך די צייכן דערפון ביזן היינטיגן טאג. דער גאון שליט"א האט באטאנט אז היינט צוטאגס איז ב"ה פארהאן אסאך חסד און הילף ארגאניזאציעס פאר יתומים ויתומות, אבער די לעכטיגע קינדערלעך וועלכע קומע פון צוטיילטע שטיבער זענען פונקט אזעלכע עלנדע יתומים, זיי זענען לעבעדיגע יתומים, און עס פאדערט זיך פונקט אזוי א הילפס ארגאניזאציע זיי ארויסצוהעלפן בחיזוק בעצה ובהדרכה.


דערנאך האט מען געהערט די ווארימע דרשה וברכות התורה פון הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט"א, און דערויף די הארציגע דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א בשבח פון די ניי געגרינדערטע ארגאניזאציע.


דערנאך איז געהערט געווארן דרשות פון די גדולי בעלי מחנכים אין די פעלד פון חינוך רבות בשנים, הרה"צ ר' יהודה לייב קאפף שליט"א מנהל רוחני ת"ת כלל חסידי בית שמש, און פון הרה"ג ר' מאיר לייפער שליט"א משגיח ישיבת טשערנאביל, וועלכע האבן ארויסגעברענגט פון זייער חינוך פעלד פערספעקטיוו איבער די וויכטיגקייט פון גרינדן אזא ארגאניזאציע.


דערנאך איז געהערט געווארן א דרשה דורכן מחנך הרב דוד בראווערמאן שליט"א, מראשי חברי הארגון, וועלכע האט ארויסגעברענגט וויפיל אלס מען קען אויפטוהן אין דעם הינזיכט ממלא זיין די חסרונות וואס עס פעלט פאר די סארט קינדער אז מען זאל זיי קענען ערציען לתורה ולחופה פונקט ווי א צווייטן.


צום שלוס האט אויפגעטרעטן הרב אריאל יזדי שליט"א מיט וויכטיגע הדרכה פאר די מומחים בתורת הנפש מיט די פאסיגע צוגאנג וויאזוי צו האנדלען מיט די קינדער.



תגובות


bottom of page