top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראפע וויזניצער אינגעלייט ארויס אומבאשעדיגט פון עקסידענט אהיימקומענדיג פון וויזניצער חתונה אין מאנטריאל

  • sfbechatzros
  • 3 בנוב׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

גרויסע ניסים האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם פרייטאג פארטאגס אויפן "ניו יארק סטעיט טראוועי" ווען א קאר מיט פיר וויזניצער אינגעלייט פון מאנסי האט זיך איבערגעדרייט אויף די זייט פון די רוישיגע הייוועי, און בחסדי שמים שלא כדרך הטבע זענען אלע אינגעלייט ארויס פונעם איבערגעדרייטן צו'מזיק'טן קאר אן קיין קריץ אדער שאדנ'ס בגוף.


די פיר אינגעלייט זענען געווען אויפן וועג אהיים פון מאנטריאל, קאנאדע, פון די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות וויזניץ מאנטריאל - וויזניץ וויליאמסבורג, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג אויפדערנאכט, און אזוי פארענדיג אהיים פון די חתונה שוין אין די פארטאגס שעות, זייענדיג דריי שעה אריין אינעם וועג, ווען גאר א שווערע וועטער מיט א שלאקס רעגן האט דאן באנומען די ניו יארקע ראיאן, האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל, און דער קאר האט געכאפט א גליטש און האט זיך איבערגעדרייעט אינמיטן הייוועי און זיך געקוילערט עטליכע מאל מיט א אימפעט איידערן דערגרייכן די זייטיגע שאולדער'ס פון די ראוד אינגאנצן צו'מזיק'ט. עטליכע נישט אידישע דרייווער'ס וועלכע זענען אדורכגעפארן די סצענע האבן זיך אפגעשטעלט פאר הילף, בעת ווען עס האט זיך אנטפלעקט דאס אומגלויבליכע אז אלע פיר אינגעלייט זענען ארויסגעקראכן פון די פענסטער'ס אן קיין שום קריץ, וואו מען האט עין בעין געזעהן די אפענע יד ה' וועלכע האט געהיטן אויף זיי.


אנדערע וויזניצער חסידים וועלכע האבן זיך אויך געפונען אויף די וועגן אהיים פון די חתונה אין מאנטריאל, האבן ערהאלטן די נייעס פון די עקסידענט, און האבן זיך אנגעטראגן אהינצופארן צום סצענע אהיימצוטראגן די אינגעלייט קיין מאנסי.


דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת לך לך, האבן די פיר אינגעלייט געבענטשט גומל ברוב עם בעת קריאת התורה, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויפן גרויסן נס, רוב נסים הפלאת בלילה, נאכן זיך ארויסזעהן פון אזא עקסידענט אן קיין שום קריץ אדער שאדנ'ס.

תגובות


bottom of page