שטאט לאנדאן מיטגעלעבט גרויסארטיגע רבישע חתונה בשמחת בית דושינסקיא - טשארטקוב
- Bechatzros admin
- 10 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 10 במרץ
מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
תושבי עיר הבירה לאנדאן און חסידי דושינסקיא פון איבער די גארער וועלט, האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס זוהן הגה"צ ר' יואל יעקב שליט"א רב ק"ק דושניסקיא אין לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו דחסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, זון פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ אב"ד טשארטקוב לאנדאן שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליעזש זצ"ל, די מעמד קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד טשארטקוב אין לאנדאן, און די שמחת החתונה אין זאל "מערידיען פלאזא".
ארום 6:45 איז דער רבי שליט"א ארייינגעקומען צום מעמד הקבלת פנים אין בית המדרש טשארטקוב, ווי מען האט געזינגען ניגוני התעוררות לרגל השמחה, און מען האט פארגעזינגען הארציגע חרוזים דערמאנענדיג די זכות אבות וועלכע קומען אראפ פון אויבן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, דערנאך איז געהערט געווארן דברי ברכה והתעוררות פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אין דעם געהויבענעם זמן.
נאכן באדעקן איז מען ארויס צום מעמד החופה פארנט פון ביהמ"ד טשארטקוב, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, קריאת הכתובה א פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מטשענגער לאנדאן שליט"א, די איבעריגע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן הרבנים הגאונים שליט"א פעטער'ס פון די חתן און כלה כ"ק אדמו"ר מליעזש לאנדאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מעבודת הלב ליעזש שליט"א, די זיידע הרה"ג ר' שלום צבי ענדלענדער שליט"א, הרה"צ ר' אהרן טויב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה ירושלים שליט"א, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א.
נאכן מעמד החופה איז דער גאנצער ציבור ארויס אין א פייערליכע מחול לצדיקים, ווי מען איז דאן אריבער א לענגערע צייט אל מול פני הקודש צו וואונטשן מזל טוב פארן געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די אנדערע זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א.
נאכן מעמד החופה איז דער דושינסקיא רבי שליט"א אנגעקומען צו בית המדרש דושינסקיא אין לאנדאן צו תפילת ערבית, ווי עס זענען דארט געווען פארזאמעלט די בחורי החסידות וואס האבן עוסק געוועהן אין בית המדרש בלימוד התורה בשעת די מעמד החופה, תיכף נאך מעריב האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן אין בית המדרש צום סעודת החתונה אינאיינעם מיט די בחורים תלמידי הישיבה, ווי מען האט בשעת די סעודה געזינגען פרייליכע ניגוני שמחה לרגל שמחת בית צדיקים.
קורצליך דערויף איז דער רבי ערשינען אינעם זאל צום גרויסארטיגן שמחת החתונה, ווי די פילע חסידים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בקול רנה ותודה המון חוגג, די היימישע דושינסקיא קאפעליע און שפיץ פונעם מנגן ומלחין ר' משולם גרינבערגער שליט"א האבן אנגעפירט די שירה וזמרה במשך דעם שמחה.
במשך די שעות השמחה האבן זיך משתתף געווען רבני עיר לאנדאן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה לאנדאן שליט"א, הרה"צ ר' דוד האלפערין שליט"א גאב"ד הענדאן א פעטער פון דושינסקיא רבי'ן שליט"א, הרה"ג ר' בעריש מייזליש שליט"א מווייטצען לאנדאן און נאך.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"צ רבי דוב בער פרידמאן מטשארטקוב אנטווערפן, נאך ברכת המזון איז געווען די ריקודין בשמחת חתן וכלה, ווען אין אנהייב האט דער רבי שליט"א געטאנצן א מחול לצדיקים מיט די חתן ומחותנים און די געהויבענע זיידעס אויפן בימת הכבוד, דערנאך איז דער רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון זאל און געטאנצן מיט די בני המשפחה אינאיינעם מיט די חסידים ואנשי מעשה.
נאכן ענדיגן די ריקודין האט בדחנא דמלכא ר' ישראל שטערן שליט"א אויסגערופן די זיידע הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א צו טאנצן די ריקודין של מצוה לפני הכלה. דאן האט ער פאר א לענגערע צייט אויסגערופן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ווי מען האט מעורר געווען די זכות אבות וועלכע קומען ארא פון אויבן לפאר על ראש שמחתינו, און ביי אזא געהויבענע זמן בעת השמחה איז אוודאי דער זמן מסוגל זיך אויסצובעטן אלע השפעות טובות בני חיי ומזוני רוויחי ברוחניות ובגשמיות.
נאך די חרוזים האט דער רבי שליט"א געטרונקען 'לחיים', און זיך באלד ארויסגעלאזט אין די פייערדיגע ריקודין של מצוה לפני הכלה מיט א אש קודש, וינועו אמות הסיפים, ווען דער ציבור המשתתפים האבן זיך געהויבן טפחיים על גבי קרקע ווערנדיג מיטגעשלעפט מיט די געהויבענע מאמענטן בעת משוש. דאן האט דער רבי שליט"א אויך אריינגעברענגט אינעם טאנץ די חתן ומחותנים און די געהויבענע זיידעס.
נאכן מצוה טאנץ פון רבי'ן שליט"א האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א און די בני המשפחה. די ציבור איז זיך צוגאנגגען פון די גרויסארטיגע שמחה מיט געהויבענע געמיטער, מיטברעגענדיג מיט זיך אלע השפעות טובות פון די שמחת בית צדיקים.




























































תגובות