דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א שריט וואס ווערט פאררעכנט אלס היסטאריש אין די גזע קודש לבית רוז'ין - באיאן איז געמאלדן געווארן אז די צענטראלע שבת הגדול דרשה אין ביה”ד הגדול דחסידי באיאן וועט איבערגעגעבן ווערן דורך הרה"צ ר’ יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א, וואס וועט דרשנען בנוכחות אביו הגדול ובמעמד כל הקהל הקודש להורות העם את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
די אנטוויקלונג קומט נאכדעם וואס הרה”ג ר’ צבי שרייבער שליט"א ולרפו”ש רב דחסידי באיאן געפינט זיך די לעצטע שטיק צייט על ערש דווי און איז נישט בקו הבריאות צו קענען איבערגעבן די דרשת שבת הגדול.
אלס א ממלא מקום פאר די חשובע תפקיד האט כ”ק אדמו”ר מבאיאן שליט”א אויסגעקליבן בנו חביבו הרה”צ ר’ יוסף שליט”א זייענדיג א יוצא מן הכלל אנדערש וואו עס איז איינגעפירט אין בית רוזין וואו די בני המלוכה האבן קיינמאל נישט געזאגט קיין דרשות בפרהסיא.
Comments