top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נצא השדה: פלענער פאר קרית פאפא סוואן לעיק; ערשטע פאזע פון 150 דירות וועט געבויט ווערן פאר חסידי פאפא

  • Bechatzros admin
  • 26 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 במרץ

מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי פאפא די גינסטיגע נייעס פון הרחבת גבולי הקדושה, און לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און מאנגל אין וויליאמסבורג, איבער א שפאגל-נייער גרויסער דירות דעוועלאפמענט וואס בויט זיך אין די קעטסקיל בערג, אין סוואן לעיק ניו יארק, און די ערשטע פאזע פון 150 דירות וועלן געבויט ווערן אויסשליסליך פאר חסידי פאפא, וואס וועלן זיך אהין ארויסציען און זיך באזעצן אויף פערמאנענט א גאנץ יאר.


אין די יעצטיגע טעג זענען די עסקנים פון די גראנדיעזע אונטערנעמונג אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן פונעם פראיעקט און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם מקום מושב אז עס זאל טאקע פאסן פאר די געהויבענע פאפא יונגעלייט אין אלע הינזיכטן לשם ולתפארת.


דער געברויך פאר נייע דירות אינערהאלב ק"ק פאפא שטייגט מיום ליום, און שוין נאכדעם וואס פאפא יונגעלייט האבן זיך די לעצטערע יארן זיך אנגעהויבן ארויסציען אין לינדען, וואו ס'איז אויסגעשטיגן א הערליכע פאפא קהלה מיט די צרכי הקהלה והמוסדות, קומט דאס נאך אלץ נישט נאך דעם דירות געברויך פאר'ן שנעלן וואוקס בליעה"ר, און האפנטליך מיט'ן נייעם דירות פראיעקט אין סוואן לעיק, וועט מען קענען צושטעלן גענוג דירות, און בפרט פאר ביליג, ווען די דירות וועלן פארקויפט ווערן פאר'ן שטוינענד ביליגן פרייז פון "אונטער 200 דאלאר" א סקווער פיס.


דער נייער גרויסער דירות-פראיעקט געפינט זיך אינעם שכינות פונעם פאפא זומער קעמפ אין סוואן לעיק, און אויך איז דאס נישט ווייט פון די נייע סקווירא שטעטל אין בעטאל, און עס איז פאר זיך אויסגערישט מיט אלע נויטיגע אינפרוסטרוקטור און צרכי העיר צו קענען בעז"ה אקאמאדירן פרישע הונדערטער משפחות וואס וועלן זיך דארט באזעצן באופן קבוע אויף א גאנץ יאר.



Comments


bottom of page