מעמד קביעת מזוזות ויציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש זאלצבערג אין בארא פארק באשיינט דורך האדומר"ים מראחמיסטריווקא
- Bechatzros admin
- 25 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין שטאט בארא פארק איז די וואך אפגעהאלטן געווארן די מעמד קביעת מזוזות און יציקת הבורות פארן ביהמ"ד החדש זאלצבערג, בנשיאות הרה"ג ר' אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א וואס איז א זוהן פון הגה"צ גאב"ד טארניפאל שליט"א און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א.
דער נייע זאלצבורגער ביהמ"ד איז ערווארטעט אויסצושטייגן אלס א מקום תורה ותפילה פאר מבקשי השם און א היימישע ווינקל פאר חסידישע אינגעלייט, אונטער די נשיאות פונעם רב שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג זייענדיג דולה ומשקה תורה וחסידות פאר אינגעלייט און בחורים במידה גדושה.
עס האבן באשיינט די מעמד כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנובומינסק שליט"א, און הגה"צ גאב"ד טארניפאל שליט"א. די באטייליגטע אדמור"ים ורבנים האבן זיך אומגעקוקט ביי די נייע פראכטפולע מקוה טהרה אין ביהמ"ד און דערנאך קובע געוועהן מזוזות אויף די טירן אין ביהמ"ד, עס האט נאכגעפאלגט מיט א מעמד לחיים רבתי וואו די רביים האבן געטרינקען לחיים און משמיע געוועהן דברי תורה וברכה לכבוד המאורע.

















תגובות