top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • זונטאג כי תצא תש"פ




שמחת בית וויזניץ – טשערנאביל: שמחת התנאים פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, א זון ביי הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן בענסענהוירסט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' מרדכי טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בני ברק - די שמחת התנאים קומט פאר אין סקווירא זאל אין בארא פארק.


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון הגה"צ אב"ד קהילת יוסף פאפא ב"פ שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר' הערשל אונסדורפער שליט"א בן הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדורפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון בית אסתר אין בארא פארק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' יודא טרייטיל בראנדסדארפער שליט"א שו"ב, זון פון הגה"צ ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל מח"ס קנה בושם ורב דחסידי תולדות אברהם יצחק, און איידעם ביי הגה"צ ר' דוד שוויממער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' בנימין מאנדרער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' פנחס יוסף מאנדרער שליט"א אדמו"ר מקאסוב ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישעי' משולם פייש ראטטענבערג שליט"א אדמו"ר מראזלא אין ביתר, איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' מאיר יוסף משה גראס שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אלי' גראס שליט"א, אייניקל פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירע'ר זי"ע, און איידעם ביי הגה"צ ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אור אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, די חתן א זון ביי הרב יואל ראטה שליט"א ראש ישיבת תפארת התורה ברסלב, זון פון הגה"צ ר' משה ראטה שליט"א רב הצעיר ד'קארלסבורג, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב מרדכי אינדיג שליט"א מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.

שמחת בית ספינקא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא קרית יואל זצ"ל, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א, א טאכטער ביי זיין זון הרב אשר יונה הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' מנחם דוב הלוי בעק שליט"א אבד"ק מאדא

 

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכער וויילט די טעג אין ארץ הקודש, וועט היינט אנקומען צום מקום הקודש פון "משכן שילה" וואו עס וועט פארקומען א תפילת רבים במקום המסוגל, להיוושע בכל מילי דמיטב.


היינט קומט פאר די מעמד הקמת מציבה אויפ'ן קבר פון הגה"צ רבי אהרן צבי קליינמאן זצ"ל בן הגה"צ אב"ד מארגירעטן שליט"א אויפ'ן בית החיים אין מאנסי.


ניחום אבלים: הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א רב דקהל אמונת ישראל און משגיח אין תורה ודעת, זיצט שבעה בביתו נאוה קודש אין בארא פארק, צו די פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן דעם דאנערשטאג אינדערפרי בשיבה טובה, איבערלאזנדיג א דור ישרים יבורך קע"ה. צווישן אירע איידימער ציילט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א און הרה"ג ר' חיים ראזענבערג שליט"א ראש ישיבת שערי יושר.


bottom of page