top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשליחות הקודש • בני האד' מבאיאן וועלן באשיינען מעמד חנוכת הבית פאר נייע באיאנע קלויז אין מאנסי

דונסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי באיאן אין אמעריקע גרייטן זיך מיט התרגשות צו ענטפאנגען די געהויבענע געסט, הגה"צ ר' יוסל ברייער שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב חסידי באיאן בארה"ב, וואס קומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק בקרב חסידי באיאן אין ניו יארק בשליחות הקודש פון זייער פאטער כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע הערליכע באיאנע קלויז אין שטאט מאנסי.


די הערליכע בנין הקלויז האט מען אנגעהויבן צו בויען מיט פינף יאר צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה בקדושה ובטהרה. אצינד מיטן פארענדיגן דעם קלויז לכבוד ולתפארת, גרייט מען זיך צו פראווענען די חגיגת חנוכת הבית, וואס וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן ראש חודש סיון.


מארגן מיטוואך פרשת במדבר וועלן די חשובע געסט ערשיינען בשערי העיר בשליחות הקודש, שבת קודש ערב ראש חודש וועט געפראוועט ווערן אין שטאט מאנסי אינעם נייעם קלויז, און זונטאג נאכמיטאג וועט פארקומען די צענטראלע מעמד חנוכת הבית ברוב עם הדרת מלך.


גדול כבוד הבית הזה






Comentários


bottom of page