top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באבובע חסידים גרייטן זיך בהכנה דרבה צום געהויבענעם שמחת נשואין בחצר הקודש

מונטאג פ' נשא א' - ב' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס פרייד און עקסטאז קוקן חסידי באבוב ארויס מיט שפאנונג צו די געהויבענע ימי אורה בצל הקודש ווען די קומענדיג וואך מאנטאג פרשת נשא ט' סיון וועט געפראוועט ווערן די געהויבענע שמחת נישואין פון הכלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר במקהלות אלפי חסידי באבוב פון איבער די גארער וועלט וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת של בית צדיקים נאך א צייט אפשניט פון אנדערטהאלבן יאר זינט די לעצטע חתונה במעון קדשו פונעם רב שליט"א.


עס וועט גיין אינטער די חופה די כלה טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' חיים שלמה הלברשטאם שליט"א סגן דומ"צ באבוב בן הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט"א און אייניקל פון כ''ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א מיט די חתן הרב משה קנאבלעך ממצויני תלמידי המתיבתא זוהן פון הגה"ח ר' שלמה קנאבלעך שליט"א ר"מ בישיבת כרם שלמה ד'באבוב בן הגה"ח ר' שאול קנאבלעך שליט"א מנהל דמתיבתא עץ חיים ד'באבוב און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט''א מזוועהיל.


די קייט פון די ימי השמחה וועט זיך שוין אנהייבן דעם יו"ט שבועות נאכגעפאלגט מיטן שבת אויפרוף ווען לכבוד יו"ט וועלן שוין קומען צו פארן הונדרעטער חסידים פון אלע שטעט פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו זשערסי אזוי אויך זענען ערווארטעט פילע געסט פון אייראפע און ארץ ישראל. מוצאי יו''ט שבועות ביים נעילת החג טיש וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות לכבוד די שמחה הרוממה.


מאנטאג נאכט וועט געפראוועט ווערן די געהויבענע חתונוה אינעם בית מדרש הגדול באבוב אין בארא פארק וואס וועט ווערן פולקאם איינגערישט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארט'ער ציבור וואס וועלן מיטהאלטען די חתונה, די עסקנים זיצן אין די יעצטיגע טעג און ארבעטן אויס די פלענער אז אלעס זאל קלאפן אויפן בעסטן אין שענסטן אופן.


די חתונה וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט די שבעת ימי המשתה און די שבת שבע ברכות וואס וועט געפראוועט ווערן בצלו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבאבוב ווי עס וועלן ווידער מיטהאלטען אלפי חסידים און הונדערטער געסט.


מוצאי שבת נשא וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת שבועות במסגרת הלימוד חבורת קנין תורה וואס איז געלערנט געווארן דורך אלפי חסידי באבוב בכל רחבי תבל.

bottom of page