top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי לאנדאן באוויינען פטירה פון הרה"ג המפורסם רבי שמעון הירשלער זצ"ל מגיד מישרים

  • sfbechatzros
  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' לך לך • י' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון אחד מגדולי המגידים ומרביצי תורה בעיר הבירה לאנדאן, הרה"ג המפורסם רבי שמעון הירשלער זצ"ל מרבני ק"ק וויזניץ אין לאנדאן, וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן אין עלטער פון איין און אכציג יאר.


ר' שמעון ז"ל איז געווען א זוהן פון הרה"ג רבי בונם זבולון הירשלער ז"ל, וואס איז געווען א זוהן פון הגאון רבי שמעון הירשלער זצ"ל בעל "הגיוני מהרש"ה" - מצאצאי הגה"ק רבי עקיבא אייגער זיע"א וואס האט געדינט אלס אב בין דין אין שטאט מאדריין ודיינא רבא אין ק"ק פרעשבורג, זיין מוטער למשפחת ווייזער איז געווען א בת קדושים ציענדיג איר ייחוס צו הרה"ק בעל מלבוש לשבת ויו"ט מזידישטויב ולמעלה בקודש צדיקי בית זידיטשויב.


אלס בחור האט ער געלערנט אין די טשעבינער ישיבה אין ירושלים און דערנאך אין ישיבת חכמי לובלין אין בני ברק וואו ער איז געווען פון די סאמע חשוב'סטע תלמידים ביים פוסק הדור הגה"ק בעל 'שבט הלוי' זצ"ל. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצען, טאכטער פון הגאון רבי אברהם שמואל ראנד זצ"ל ראש ישיבת מתיבתא לאנדאן.


ער איז כל ימי חייו געווען דבוק בלב ונפש צו ערליכע אידן, און פארשפרייט מאור תורתם וצדקתם איבער די וועלט. מיט א התקשרות מיוחדת איז ער געווען דבוק צו רבו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט איהם שטענדיג ארויסגעוויזן א חיבה יתירה.


יארן לאנג איז ער געווען דער ראש המדברים אין לאנדאן, זייענדיג באקאנט אלס נואם בחסד עליוןמיט זיין רייכע לשון לימודים און פה מפיק מרגליות, וואו אידן פלעגן שלינגען זיינע פערל רייד מיט דורשט. זיינע דרשות און שמועסן זענען אין לויף פון די יארן געדרוקט געווארן אין די גאר אויפגעכאפטע ספרים "שה לבית".


בנוסף איז ר' שמעון ז"ל געווען פון די גרעסטע מגידי שיעור אין לאנדאן, פון אלס יונגערמאן האט ער פארגעלערנט טעגליכע שיעורים אין דף היומי אין ביהמ"ד דחסידי וויזניץ,  די שיעורים האט ער אנגעהאלטן מיט א קביעות אין לשער די לעצטע זעכציג יאר, עדי זיבולא בתרייתא, נישט לאזנדיג גארנישט זאל אים דערפון שטערן. ער האט נאך ממש לעצטנס מיט די שוואכסטע כוחות אנגעהאלטן די קביעותדיגע שיעורים.


ער האט זוכה געווען ארויסצוגעבן לאור עולם פילע כתבים פון זיין גרויסן זיידן רבי עקיבא אייגער זצ"ל, און תולדות חייו אינעם ספר מאורם של ישראל, בנוסף האט ער מוציא געווען לאור עולם נאך עטליכע ספרים מיט כתבי ידות און תולדות חייו, פון די גאוני וצדיקי הדורות.


דעם שבת קודש האט דער גרויסער מגיד שיעור ומרביץ תורה אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה נאכ‘ן זיך מוטשען א לענגערע תקופה מיט די שווערע מחלה ל"ע. שבת וינפש. וי אבדה נפש. ער לאזט איבער א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה.


די לוי' וועט ארויסגיין היינט מוצאי שבת פון זיין שטוב אויף פארטלענד עוועניו און וועט דורכגיין פארנט פון וויזניצער ביהמ"ד, טאקע דאס פלאץ וואו ער האט אזויפיל צענדליגער יארן זוכה געווען מרביץ תורה צו זיין. פון דארט וועט די לוויה פארן צום בית החיים אין ענפיעלד.

ת.נ.צ.ב.ה.


ree

bottom of page