זונטאג פ' תרומה ת'תשפ"ג
קול בחצרות - אן אייגנארטיגע מעמד 'ברכת כהנים' איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בעצם יום הבהיר פון כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, ווען א גרופע פון צענדליגע 'כהנים' האבן געבענטשט דעם ראש בית דין בברכת כהנים, שטייענדיג אינעם מסוגל'דיגן טאג, דער זיבן און ניינציגסטער יום הבהיר פונעם ריש בי דינא רבא.
צווישן די כהנים האבן זיך געציילט, א גרופע יונגעלייט חסידי תולדות אהרן וועלכע זענען ספעציעל געשיקט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און אויך א גרופע בחורים פון ישיבת חברון.
די צענדליגע כהנים האבן געהאט די זכיה צו דאווענען שחרית צוזאמען מיטן ראש בית דין און ביי שמונה עשרה, האט אפגעהילכט די ברכת כהנים פון אזויפיל צענדליגע כהנים וועלכע האבן פה אחד געוואונטשן דעם ראש בית דין מיט די הייליגע ברכת התורה, יברכך ה' וישמרך.
נאך שחרית האט דער ראב"ד איבערגעגעבן דברי חיזוק פאר די בחורים, און האט זיך אויך באצויגן צו די לעצטערע טעראר אטאקעס אין אר"י און מעורר געווען זיך מחזק צו זיין באמונה בה' זאגנדיג אז מיר געפינען זיך אין א שווערע מצב. אין תנך ווערט געברענגט אז האלב ירושלים וועט אינגאנצן חרוב ווערן פאר מלחמת גוג ומגוג און מיר ווייסן נישט פונקטלעך ווען דאס וועט זיין, אבער ס'איז זיכער אז ס'וועט זיין א גרויסע חורבן אויף אונזערע עבירות און מיר דארפן תשובה טון בעוד מועד.
דאס וואס פאסירט יעצט, דאס זענען מכות פונעם אויבערשטן מעורר צו זיין אידישע קינדער צו תשובה שטייענדיג פאר די גרויסע פינסטערניש פונעם מלחמת גוג ומגוג איידער ביאת המשיח
דער ראב"ד האט ווייטער געזאגט: ס'איז א שווערע מצב. אנא מפניך אברח. מיר ווייסן אפילו נישט ווי צו אנטלויפן, אבער מ'דארף זיך האלטן שטארק און זיך מחזק זיין אויף די
שווערע נסיונות ביז משיח וועט קומען, אין נאר מיט אמונה און ביטחון קען מען זיך האלטן.
תגובות