כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין בעטלהעם ניו העמפשעיר, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א פון בית שמש וועט וויילן אויף שבת אין קרית וויזשניץ-קיימישא און פראווענען דעם שב"ק אין די ישיבה גדולה אין קייאמישא לעיק אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה. דאווענען פרייטאג צונאכט'ס און שלש סעודות וועט דער רבי פראווענען צוזאמען מיט'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בארא פארק שליט"א וועט וויילן אין סטעטן איילענד און פראווענען אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין מאליבו קאליפארניע, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה עטליכע וואכן.
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין זאל כינור דוד אין קרית יואל, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן, די אכסניא איז אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו.
הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אדמו"ר מסקולען-ירושלים ואבד"ק סקולען-ב"פ וועט וויילן אויף שבת אין לעיקוואוד בצל אחיו כ"ק אדמו"ר מסקולען-לעיקוואוד שליט"א.
האחים לבית סטאניסלאוו שליט"א קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו-לונדון זצ"ל וועלן וויילן דעם שבת אין לונדון במחיצת אמם של מלכות.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין די קאנטרי אין ווייט לעיק, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין שטאט צפת, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א וויילט אין מחנה וויאליפאלי אין וואודרידזש און וועט פראווענען אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין שטאט צפת, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 18 וויילט אויף שבת אין גרענד פארק עסטעיט'ס אין די קעטסקילס.
כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 48 וועט פראווענען דעם שב"ק אין מחנה סקאליע אין סאוט פאולסבורג, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק אין די וויענ'ע קאנטרי, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וויילט אין 'מחנה שערי יששכר' אין מידטאון אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק בהיכל בית מדרשו אין קרית יואל, וואו דער רבי געפונט זיך אויף אפרוה אין לויף פון די זוממער וואכן.
כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה ספינקא אין וואודרידזש.
האדמו"ר מבישטנא שליט"א וועט וויילן אין בני ברק לכבוד א משפחה שמחה.
שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א רב דקהל חסידים אין טבריה, זון פון הגה"צ ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב חיים יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ ב"ב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן דוד פאנעט זצ"ל, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק שומרי שבת זצ"ל. - די שמחה קומט פאר אין בית המדרש שאץ אין בני ברק.
שמחת הקידושא רבא פארן בת הנולדה ביי הרב משה יוסף הלברשטאם שליט״א, זון פון הגה"צ ר׳ בן ציון דוב הלברשטאם שליט״א ר״מ בישיבת באבוב 45, זון פון כ״ק אדמו״ר מסארוואש שליט״א, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, און איידעם ביי הגה"צ אבד״ק בוקאווסק שליט״א, איידעם ביי הגה״צ אבד״ק ערלוי בני ברק שליט״א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ״ד סארוואש אין ב״פ.
שמחת השלום זכר פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הגה"צ ר' מנחם נחום קאהן שליט"א רב הקהילה אין געגנט גבעת ירושלים אין בית שמש, איידעם ביי הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן. - די שמחה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד תולדות אהרן אין גבעת ירושלים בית שמש.
Comments