דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען צום שטאט אשדוד וואו די רבי האט באשיינט א ספעציעלע מסיבה לטובת די קמחא דפסחא פונעם רבינס שטוב וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם בעל מנגן הרה"ח ר' יעקב יהודה דאסקאל הי"ו ראש המשוררים בחצר הקודש וויז'ניץ, די רבי שליט"א האט מכבד געוועהן דער בעל האכסניא ר' יעקב מהנה צו זייןבשירה וזמרה מיט ניגוני יו"ט פסח, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקיייט אריינצושיינען א שמחת יו''ט ביי טויזנטער נפשות, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די חשובע נדיבים בעם.
Comments