top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם חתונה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם פארגעקומען אין עיר התורה והחסידות בני ברק

זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ברגשי גיל ושמחה איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחה בבית צדיקים, די חתונה בחצרות קרעטשניף ירושלים - קארלין לעלוב, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ ר' שמעון נתן נטע ראזענפעלד בן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, וחתן הרה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, א טאכטער ביי חתנו הרה"צ ר' דוד צבי הירש מייזליש זון פון הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א ווייטצען לאנדאן, די חתונה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.


ביים מעמד קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים כ''ק האדמו"ר מספינקא גני גד שליט"א פעטער פון די חתן. ביים חופה איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער האדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, מיט ברכות ראשונות כ''ק האדמו"ר מספינקא שליט"א, אין ברכה אחריתא די זיידע הגה''צ רבי בעריש מייזליש מווייטצען לאנדאן. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


צום באשטימטער צייט איז די זיידע די רבי שליט''א ערשינען צום שמחת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה. א לענגערע צייט איז די פילקעפיגער ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די געהויבענע זיידע'ס אין מחותנים. דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי די פעטער מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אין האדמור''ים ממאכנובקא בעלזא, נדבורנה, נדבורנה ירושלים, וויז'ניץ בית שמש, ביאלא בני ברק, שבט הלוי, לעלוב, לעלוב בני ברק, זוטשקא, ביטשקוב, לעלוב בראנאוויץ, ספינקא, ספינקא גני גד, ספינקא רמת אהרן, ספינקא בית שמש, זוטשקא אמסנא, ראחוב, בישטינא, וערעצקי, נדבורנה פ"ת, הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, הגה"צ ר' יצחק ישעי' האגער אב"ד וויזניץ אשדוד, הגה"צ ר' יצחק דוד גרוסמאן אב"ד מגדל העמק, און נאך.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ ר' דוד ראזענפעלד שליט"א, אין מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הרבנים הגאונים קרובי המשפחה. נאכן בענטשן האט כ''ק האדמו''ר מקרעטנשיף ירושלים שליט''א צוגעטראטן צום געהויבענע מצוה טאנץ, צוערשט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות בשעת ווען די רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים מיט גרויס דביקות, דערנאך האט די רבי שליט"א איבערגענומען די גארטל און געטאנצן די ריקודין של מצוה אויפן ניגון המקובל 'אחד יחיד ומיוחד' כנהוג. דערנאך איז די רבי ארויס אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן, מיטן מחותן אין די בני משפחת המלוכה.





















































































































































bottom of page