top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לילה כיום יאיר: שיינע חתונה בחצרות פיטסבורג - קרעטשניף י-ם פארצויגן עד אור הבוקר

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


געהויבענע שעה'ן פון התרוממות וחדוות הנפש איז פאריבער ביי די שמחה הגדולה אין די שטאט אשדוד, ווען עס איז בסימן טוב ובמזל טוב געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אהרן אויערבאך שליט"א מח"ס הליכות שלמה זון פון הגה"צ ר' מרדכי אויערבאך שליט"א אבד"ק אביר יעקב תל אביב, און איידעם ביי הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען.


דער מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען אינעם היכל הטישן אין ביהמ''ד הגדול פיטסבורג ווי מען האט געזינגען ניגוני דביקות, און געהערט דברי כיבושין, בשעתן מעמד קבלת פנים האט דער רבי שליט"א כמנהגו פארגעזינגען דעם פיטסבורגער 'הגידה לי' מיט גרויס השתפכות הנפש.


ביים די מעמד החופה אויפן באדן פונעם ביהמ"ד הגדול האט מען געזינגען ווארימע ניגונים אנגעפירט דורך די פיטסבורגער קאפעליע, די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א האט מסדר קידושין געווען און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד הכלה און א קרוב מצד החתן הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת ואב"ד אהל יעקב אנטווערפען, מיט די ערשטע פינעף ברכות איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד אביר יעקב תל אביב, נאך א ברכה די פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מסאכאטשוב שליט"א, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א א נאנטע קרוב און מחותן מצד הכלה. דערנאך האט האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים און זיין איידעם דער מחותן האדמו"ר פיטסבורג אנגעוואוטשן דעם ציבור און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


נאכן חופה איז די גאנצע ציבור דורך ביים אבי הכלה די פיטסבורגער רבי וואונטשן מזל טוב, און א פלאטע פון באסעס האט געפירט דעם ציבור צום סעודת החתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן בית האופרה זאל אין שטאט. אין די זעלבע צייט האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת החתונה בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט די נגידים חשובים וועלכע זענען געקומען צופארן מעבר לים צו די חתונה.


קורצליך דערנאך איז די אבי החתן די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, און דערויף איז ערשינען צום שמחה די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה.


במשך די שמחה מערערע האבן זיך משתתף געווען אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מדאראג, סאדיגורא, בוהוש, קאפיטשניץ, סטריקוב, ביאלא בני ברק, דזיקוב וויזניץ, טשארנאביל, טאלנא אשדוד, שומרי אמונים אשדוד, טרעבישאן, מיאלען, שאץ וויזניץ, שידלובצא, לעלוב בראנוביץ, ביאלא רמת אהרן, באסטאן בארא פארק, דינוב ביתר, אמשינוב בית שמש, אלעסק ארה"ק, הרבנים הגאונים גאב"ד מאקאווא, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ די רב הראשי הגאון רבי קלמן בער, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, אב"ד ערלוי בני ברק, אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד שערי טוביה, גאב"ד זוועהיל, הגאון רבי משה שמידע ראש ישיבת גרודנא אשדוד און פילע רבני העיר, אישי ציבור און עסקנים חשובים.


אין לויף פון די שמחה האט די פיטסבורגער רבי שליט"א געהויבן דעם ציבור טפח וטפחיים מיט ריקודין נלהבין, באזונדער איז די רבי ארויס אין ריקודין של שמחה מיט רבו כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא.


נאכן בענטשן און שבע ברכות האט בדחנא דמלכא ר' יחזקאל טויסיג אויפגערופן די זיידע הגה"צ אב"ד אביר יעקב צו מצווה טאנץ, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א איז געטאנצן אשת חיל לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים כמנהגו, און דאן געטאנצן לפני הכלה בעוז ותעצומות.


דאן האט דער בדחן אויסגערופן די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און די רבי שליט"א האט פארגעזינגען 'זכור אהבת קדומים' מיט גרויס דביקות און התרגשות, די רבי האט דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, מיט א זעלטענעם התלהבות און התרגשות, דערנאך איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, דער מחותן, א ספעציעלע ריקוד מיט זיינע קינדער און ברודער בני משפחת המלוכה, א מחול לצדיקים מיטן פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, און דערנאך מיט אלע געסט פון אויסלאנד.


די שמחה איז געשלאסן געווארן מיט א הערליכע ריקוד ווען חסידי פיטסבורג המקושרים לאילני דחיי זענען אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל און זיך מיטגעפרייט אינאיינעם מיט רבם ומאורם וואס האט מעודד געווען די ריקודין עד אור הבוקר.





















































































































































































































Comments


bottom of page