וְצִוָּנוּ עַל הַמִּילָה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מבאבוב און גאב"ד סאטמאר בארא פארק
- לפני 45 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מיטוואך העעל"ט איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלמה האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הרה"ג ר' חיים שלמה שלאמאוויטש שליט"א זון פון הגאון רבי ישעי' שלאמאוויטש שליט"א מח"ס אבני שוהם, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק.
דינסטאג ביינאכט בליל הברית איז פארגעקמען די וואך נאכט און קריאת שמע ליינען אין שפיץ פון די זיידעס האדמו"ר מבאבוב און גאב"ד סאטמאר בארא פארק.
למחרת ביים שמחת הברית איז דער רב שליט"א מכובד געווארן מיט סנדקאות. דער מוהל איז געווען די זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, ויקרא שמו בישראל משה צבי, נאך די זיידעס הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, אביו הרה''ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע, און די זיידע הרה"ח ר' משה וואקסמאן ז"ל.
ביים סעודת הברית האט דער רב שליט''א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און בתוך דבריו באגריסט דעם חשוב'ן גאסט הרה"ח הישיש ר' מאטל בערנשטיין שליט''א מזקני חסידי באבוב בארץ הקודש, וואס איז געקומען צו פארן קיין אמעריקע לרגל די חתונה פון אן אור אייניקל. צום לעצט האט די עלטער זיידע הגה''צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט''א אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד די שמחה.



















