מאסן בני ירושלים בראשות גדולי ומנהיגי ישראל ביי "עצרת מחאה" פארנט פון לשכת הגיוס אין ירושלים אין שאטן פון ביטערע גזירת הגיוס
- Bechatzros admin
- 25 בפבר׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 27 בפבר׳ 2025
דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן
פילע הונדערטער בני ציון היקרים האבן זיך דעם היינטיגן דינסטאג פארזאמלט אויף א מעמד קידוש שם שמים, ביי די עצרת מחאה קעגן דער "לשכת הגיוס" פאררופן ע"פ קריאת הקודש פון מרנן ורבנן גדולי ישראל מכריז צו זיין קבלת עולם ומלואו אז מ'וועט נישט רוען און שווייגן ביז די רשעים וועלן אראפנעמען זייערע טמא'נע לאפעס פון בחורי ישראל.
די מחאה איז פארגעקומען ביים טרויעריג בארימטן לשכת הגיוס אויף רחוב רש"י אין ירושלים, און קומט אין א צייט וואס דער שלטון הרשע פארלייגט אלע אירע מיטלען ארויפצוצווינגען מיליטערישע דינסט אויף חרדי'שע בחורים, און זיי אריינשליידערן אינעם טמא'נעם מיליטער, ועתה הגדילו לעשות ווען עס זענען גערופן געווארן פרישע זיבן טויזנט בחורים תלמידי ישיבות קדושות צו רעקרוטירן צום ציוניסטישן מיליטער דעם היינטיגן דינסטאג.
אין א פריע שעה אין טאג, אום 8 אזייגער, האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פון מאסן יקירי ירושלים בני העדה החרדית, ווי אויך האבן זיך אנגעזעהן פילע בני תורה פון די ליטווישע קרייזן וועלכע זענען אנגעקומען צום מקום החילול אויסצושרייען דעם ריכטיגן קול מחאה, די מוחים האבן אויסגעשריגן דעם זעקת התורה און פראטעסטירט מיט מסירת נפש במלוא מובן המלה.
די מחאות האבן זיך פארצויגן פאר לענגערע שעה'ן ווען א גאנצע צייט האבן געשטרוימט נאך און נאך אידן מוחה זיין כדת של תורה, די רשעות'דיגע פאליציאנטן האבן כדרכם געטיילט מכות אכזריות פאר די מקדשי שם שמים, ופני זקנים לא נעדרו.
אין לויף פונעם טאג האבן זיך משתתף געווען בראש המוחים די חשובי האדמורי"ם גדולי תורה ומנהיגי העדה שליט"א כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד''ק סאטמאר ירושלים שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן חבר בית דין צדק העדה החרדית, און הגה"צ רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה.
די גדולי ישראל האבן יעדער באזונדער פארגעזאגט פרקי תהילים און קבלת עול מלכות שמים, די מחאות זענען אנגעגאנגען ביז די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן ווען דער ריזן ציבור האט זיך פארשפרייט מיט הויפענעס פון חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט די מלחמה קעגן די פורצי הגדר און דער שלטון הרשע און אירע ביטערע גזירות על הדת






















כה לחי למקדשי ה' "נמות ולא נתגייס"