האד' מקרעטשניף י"ם לערנט פאר לומדישע שיעור לרגל התחלת מסכת עירובין אין ראם פון עמוד היומי דק"ק קרעטשניף י"ם
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחדוותא דאורייתא איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן א הערליכער מעמד לכבודה של תורה בחצר הקודש קרעטשניף י''ם, לרגל סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת חבורת ידעתון וואס ווערט געלערנט בצוותא חדא דורך די בני הקהילה.
דער מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן טרקלין המפואר אין מודיעין עילית, אין שפיץ פון די רבני ודייני הקהילה ובראשם די מנהיג העדה כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י"ם שליט''א, וואו עס איז ביי שיין געדעקטע טישן געווען צוגעשטעלט א מכובד'יגע סעודה לכבודה של תורה.
מיט א באזונדער ווארעמער און תוכנ'פולער דרשה האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הגה''צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א אבד''ק לעלוב בני ברק, וועלכער האט כדרכו באאיינדרוקט די משתתפים מיט זיינע דברי חיזוק איבער די חשיבות פון התמדה און עמל התורה.
מיט'ן סיום המסכתא איז מכובד געווארן דעם איש חי ורב פעלים לתורה הרה''ח ר' משה הערש כהן הי''ו. נאך די סיומים האט אויסגעבראכן דער קול תרועת המנגנים און מיט א פייערדיגן ברען פון שמחת התורה האט די גאנצע ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין לכבודה של תורה ווען דער רבי שליט"א שטייט אויף זיין פלאץ און טוט מעודד זיין די טענץ מיט גרויס התלהבות, און די הונדערטער לומדים טאנצן מיט א געוואלדיגע שמחה דקדושה.
דערנאך האט מען בדחילו ורחימו צוגעטרעטן צום התחלת מסכת עירובין ווען דער רבי שליט''א האט פארגעלערנט די ערשטע עמוד אין מסכת עירובין און אויסגעשמועסט מיט תוספות און מהרש''א, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברות קודש וועלכער האט זיך באצויגן צו דער גרויסער זכות פון לימוד התורה בציבור ובחבורה.
דערנאך האט דער בעל מנגן בחצה''ק הרב יואל הערשקאוויטש אויפגעטראטן מיט הערליכע דברי חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי שליט''א האט געבענטשט על הכוס און דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער ביים רבי'ן זיך וואונטשן בברכת התורה.
מיט געהויבענע געפילן און א פרישע התחדשות אין לימוד התורה האט זיך דער ציבור געשיידט פונעם מעמד, זייענדיג מקבל אויף זיך ווייטער ממשיך צו זיין מחיל אל חיל און מסיים זיין נאך פילע מסכתות ביז צום סיום הש''ס מיטן אויברשטנס הילף.





















































תגובות