מיטוואך פ' כי תשא • י"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות האבן חסידי אלכסנדר מקבל פנים געוועהן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך קיין ניו יארק לרגל די חתונה בבית הנגיד ר' מאיר פישל שליט"א מגדולי תומכי המוסדות.
זונטאג פארנאכטס האט די רבי געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד, די רבי איז ארויסגעקומען פון טערמינאל וואו עס האבן אפגעווארט א גרויסן ציבור חסידים אין שפיץ פון הגה"צ ר' יוסף ארנסטער אב''ד אלכסנדר בארא פארק. די רבי איז ארויף צום בית המדרש און לופטפעלד ווי מען האט געדאווענט מעריב אין דערנאך זענען די חסידים דורך שלום נעמען. פונעם לופטפעלד איז די רבי צוגעפארן דעם וועג אריין קיין לעיקוואד צום אכסניא אין שטוב פונעם בעל שמחה הרבני הנגיד ר' מאיר פישל שליט"א.
מאנטיג אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשו אין לעיקוואוד, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געוועהן שלישי און גומל געבענטשט. נאכן דאוונען איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו פונעם גרויסן גאסט, ווי די רבי האט משמיע געוועהן מדברות קדשו און ארומגערעט בענין קביעת עיתים לתורה אינעם שטיבל און מען איז אריבער זאגן לחיים.
דורכאויס די טאג האט די רבי אויפגנעימען דעם ציבור לעצה ולברכה בבית האכסניא, פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען צום מעמד החופה בבית הנגיד ר' מאיר פישל ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען, נאכן חופה איז די רבי אנגעקומען צום אלכסנדר שטיבל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד 'קיימו וקבלו' פאר אלע בחורי אלכסנדר פון ניו יארק און ניו דזשערזי, ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה פאר די בחורי חמד, נאך מעריב האט די רבי פארטיילט א מתנת קודש די נייע איבערגעדריקטע ספר 'תפארת שמואל' וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם דורך די 'מכון דחסידי אלכסנדר'.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט צום שמחת החתונה וואו די רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים, נאך די חתונה איז אנגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא, מחותנו הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס. נעכטן דינסטאג צופרי האט די רבי געדאוונט שחרית בבית מדרשו, און דורכאויס די טאג איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים בקודש פנימה.
































Bình luận