top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבע ברכות מפוארה דורך הנהלת קהל יטב לב לכבודו פון הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האד' מסאטמאר

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם מיטוואך נאכט ליל צום תענית אסתר איז פארגעקומען א רייכן שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת קהל יטב לב ד'סאטטמאר לכבודו פונעם איש המעש הרב שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל נישואי בתו הכלה, די מסיבת שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם דאבעליו מאלל אין וויליאמסבורג, קאמבאנירט מיט א מסיבת הכרת הטוב פאר אלע משמשים וגבאי קהל יטב לב, די פילע עסקני הקהילה והמוסדות און עסקני בצל תומר.


במשך די מסיבה האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער בעל שמחה הרב שמואל וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע פעולות לטובה פון די גבאים אין עסקנים אין אלע הינזיכטן, דערנאך האט מען געהערט א דרשה בנו פון הגה״צ אב״ד סיגוט שליט׳א, און פון הרה״ח ר׳ שמעון ישראל פריעד הי״ו משב״ק אדמור״י בית סקולען. דברי בדחנות איז געהערט געווארן פון הר"ר יואל ברייער וועלכע האט משמח געוועהן די משתתפי השמחה לכבוד חודש אדר אין לכבוד שמחת חתן וכלה. דערנאך האט מען מקבל געוועהן כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה א משך זמן לכבוד העם הנאספים. די רבי האט געטרינקען לחיים און פארטיילט שיריים פאר די חברי הנהלת הקהילה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים אין פארן גאנצן ציבור.





























Comments


bottom of page