top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שריד בית מקדשנו • מעמד תפילת רבים אין שפיץ פון האד' מבאבוב 45 ביים כותל המערבי

מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו.


נעכטן דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים רחבת הכותל המערבי אין שפיץ פון הונדערטער חסידים, אנקומענדיג צום כותל האט די רבי געריסן קריעה כדין, מען האט געדאווענט תפילת מנחה בהתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהילים לשפוך שיח בעד הכלל והפרט, די רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה און אויסגעפירט די מזמורים מיט גרויס התעוררות, נאך אמירת תהילים האט די רבי משמיע געווען ווארימהארציגע דברות קודש דערמאנענדיג צרכי עמך בית ישראל המרובים, און די צער השכינה פון די צרות פון ישראל בצרתם לו צר, און מעורר געווען די חיוב מתפלל צו זיין אויף די גלות השכינה און דערמאנט די שווערע עת מלחמה ווען עס גיסט זיך ליידער אידיש בליט און יודן זענען אנגעוואנדן אויף א שמירה יתירה. דאן האט די רבי פארגעזאגט פרק ק"ז שבתהילים פסוק בפסוק בקול רם נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון.


מען האט געזינגען ווארימע ניגוני גלות וגאולה מיט גרויס דביקות, ווען די רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים ארומגענימען מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, דאן איז געווען די געלעגנהייט פאר די חסידים און די פילע אנוועזנדע אידן דורכצוגיין שלום נעמען, אין דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פונעם רחבת הכותל בשירה וזמרה מיטן רבינס נייעם ניגון 'כי המלכות שלך הוא' אין כי בשמחה תצאו.


די מעמד התפילה ביים כותל איז געווארן אריבערגעפירט לעבעדיג דורך א לייוו הוקאפ וואו עס האבן מיטגעהאלטן הונדערטער חסידים מעבר לים אין אמעריקא אין די תלמידי הישיבות הקדושות.






















bottom of page