זונטאג פ' משפטים • י"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט פארקלעמטע הערצער האבן חסידי ספינקא אין בארא פארק אויפגענומען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרבני החסיד בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח הישיש ר' יוסף יואל גראסמאן ז"ל לאנג יעריגער ראש הקהל ספינקא, וואס איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 97 יאהר.
ר' יואל איז געוועהן דער נגיד בה"א הידועה וואס האט זיך געלאזט קאסטן שווערע מיליאנען אין יעדע געלעגנהייט אויפצובויען די ספינקא קהילה און מוסדות.
ער איז נאך געבוירן אינדערהיים אין ספינקא און איז געוועהן א קרוב משפחה מיטן הייליגן אמרי יוסף מספינקא זי"ע, ר' יואל האט נאך זוכה געוועהן אין זיינע קינדער יאהרן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פון הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע זייענדיג פון די לעצט פארבליבענער אידן אין דעם דור וואס האבן נאך געדענקט דעם חקל יצחק.
זיין נאנטע קשר עליון קיין ספינקא איז געווען א שם דבר, זייענדיג א געלונגענער איש מוצלח, האט ער מנדב געווען מאסיווע נדבות פאר צדקה, איבערהויפט איז ער געשטאנען צו הילף פאר די ספינקא הויף, אנגעהויבן אין די בראשית יאהרן וואו ער איז געשטאנען לימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל מיטן איבערבוי פון די ספינקא קהילה, און אריבער א יובל יאהרן האט ער געלאזט אויפבויען גאנצע בנינים איבערהויפט דעם גרויסן ספינקא ביהמ"ד און דער בנין התלמוד תורה אין שטאט בארא פארק.
ר' יואל ע"ה איז געוועהן אדוק ומקושר צו להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א צו וועם ער איז צוגעשטאנען מיט א זעלטענע געטריישאפט כעבדא קמיה מריה, ביי יעדן מאורע אדער שמחה אין הויף פלעג דער רבי שליט"א דערמאנען זיין נאמען לטובה, אלס הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען לטובת הקהילה והמוסדות.
די לוי' גייט ארויס היינט 2:00 נאכמיטאג פון ביהמ"ד הגדול ספינקא אויף די 56'סטע גאס אין בארא פארק וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים, מען וועט דערנאך באגלייטן די ארון צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו דער נפטר וועט קומען לקבורה אויפן חלקה דקהל חקל יצחק ספינקא.
ת.נ.צ.ב.ה.




Kommentare