top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מחנות הקיץ ד'באבוב געשלאסן מקח אויף פרישע ריזן שטח אלס קעמפ פאר ישיבה לצעירים כרם שלמה דבאבוב

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד נעמען אויף חסידי באבוב בכל אתר ואתר די בשורה מרנינה אז אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת מחנות הקיץ אפגעקויפט נאך א ריזן שטח אויף היידען ראוד אין די קעטסקיל בערג, לטובת די טויזענטער בני ציון היקרים תלמידי הישיבה הק'.


ווי באקאנט, האט זיך אין די לעצטערע יארן בליעה"ר פארמערט די מספר התלמידים כ"י ואין הקומץ משביע בליעה"ר, און דאס איז טראצדעם וואס מען האט שוין צוגעבויעט נאך עטליכע בנינים אין די ריזן מחנה שלוה, דאך טוט דאס נאך אלץ נישט קלעקן דעם געברויך אריינצונעמען די הונדערטער תלמידים.


יעדעס יאר זומער פלעגט זיך פון פריש שטארק אנזען אז דער ריזן מחנה הקיץ איז ווייט פון גענוג צו קענען אקאמאדירן דעם בליענדען וואוקס פון די תלמידים כ"י. ווי אויך פאר די איינגעשטעלטע אין די מחנות איז נישט געווען מעגליך צוצושטעלן כראוי מיט די נויטיגע געברויכן צוליב מאנגל אין פלאץ.


דעריבער, איז בס"ד אין די יעצטיגע וואכן - נאך לאנגע חדשים פון מיה און פלאג - געלונגען פאר די הנהלת המחנות ד'באבוב אפצוקויפן א גרויסן שטח, וועלכע געפינט אנטקעגן איבער דער ביז יעצטיגער מחנה כרם שלמה, ווי עס וועט בעזר השם אויפגעבויעט ווערן א פרישע קעמפ מחנה שלוה - קרית משה, זייענדיג נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון מלכות בית באבוב.


ווי עס לויטעט די יעצטיגע פלענער, וועט דארט פלאצירט ווערן די ישיבה לצעירים כרם ציון, און עס וועט אויפגעבויעט ווערן א הערליכע קעמפ מיט אלע צוגעהערן פאר די תלמידים היקרים: א ביהמ"ד מפוארה, מקוה, חדרי אוכלי ושינה, און אזוי אויך פילע באנגעלויס פאר די איינגעשטעלטע אין די קעמפס. אויך ווערן אין די יעצטיגע טעג אויפגעבויעט נייע פרישע ריזיגע בנינים אין מחנה גילה ד'באבוב אין די קעטסקילס בערג.


אין די לעצטערע יארן איז צוגעבויעט געווארן די פראכטפולע קרית חי"ל גאלדא, און איז שוין איבערגעפילט מיט הונדערטער תלמידות קע"ה. יעצט, בויעט מען א פרישע נייע קרי' מיט נאך 10 נייע שלאף בנינים פאר די טויזענטער בנות ציון הע"י, און די ארבעט גייט שוין אן מיטן פולסטן אימפעט. אזוי אויך ווערט אויפגעבויעט נאך עטליכע באנגעלאוי'ס פאר די איינגעשטעלטע אין די קעמפ.



Comments


bottom of page