top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער ערשיינט אין שטאט בני ברק לרגל חתונה פון א אייניקל

דינסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט בני ברק, צו די באשיינען די חתונה פון אן אייניקל, ביים אנקומען בשערי העיר איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א צוגעפארן צום אלטן נאסטאלגישן ברסלבער מתיבתא אין שטאט, ווי רבי יעקב מאיר פלעגט מיט העכער פופציג יאר צוריק משפיע זיין מאורו הגדול פאר די בחורים תלמידי הישיבה, די בחורי חמד האבן אויפגענימען דעם גרויסן גאסט בשירה וזמרה, אין הרה"צ רבי יעקב מאיר האט איבערגעגעבן שיחות קודש פאר די בחורים.


פון דארט איז דער רב שליט"א צוגעפארן צו די רויאל זאל, ווי עס איז געפראוועט געווארן די שמחת החתונה. הונדערטער תושבי העיר האבן אין לויף פון די נאכט באלאגערט דעם זאל לקבל את פני הקודש אין צו כאפן א בליק אויף דעם צדיק.


ביים מעמד החופה איז הרה"צ רבי יעקב מאיר מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, אין דערנאך זיך דערנאך געוואשן צום סעודת החתונה בחדרו הפרטי אינעם זאל. נאך א קארצע הפסקה איז הרה"צ שליט"א ערשינען צום סעודות החתונה ווי ער האט מעודד געווען די ניגונים אין ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט די חתן אין מחותנים. נאכן בענטשן איז ער געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה בהתלהבות אש קודש, אין דערנאך זיך צוריק געקערט למעונו אין ירושלים.








































bottom of page