מוצאי שבת פ' תולדות • ה' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט גרויס שמחה און פרייד איז געפראוועט געווארן די געהויבענע רעבישע חתונה אין שטאט וויליאמסבורג, שמחת החתונה פון די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מוויען און וויזניץ, און די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב וויליאמסבורג, וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון עידן פאלאס.
ארום זעקס אזייגער אויפדערנאכט האט זיך אנגעהויבן די מעמד קבלת פנים, וואו עס האבן באשיינט בראש המסובים די געהויבענע מחותנים, זיידעס, פעטערס אדמורי"ם ורבנים און קרובי המשפחה. בראש המסובים האט זיך אויך אנגעזעהן דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועם דער ויזניצער רבי האט מכבד געווען צו זיצן פאר אים נעבן די חתן.
בדחנא דמלכא ר' משה שמואל ראזענבערג מחשובי חסידי ויזניץ האט געגראמט דברי כיבושין, דערנאך איז מען ארויס צו די חופה און געזינגען ניגוני התעוררות. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויען איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה די פעטער פון כלה הגה"צ אבד"ק אשוי, די שבע ברכות איז געווארן צוטיילט צווישן די חשובע פעטערס הגה"צ אב"ד וואדקערט, הגה"צ אב"ד שטראסבורג, כ"ק אדמו"ר ממעליץ פון בארא פארק, כ"ק אדמו"ר משאץ אשדוד, און הגה"צ אב"ד באראוו. ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מויזניץ.
נאכן חופה האבן ביידע זיידעס האדמורי"ם געוואונטשן דעם ציבור ברכות לרוב, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
נאכן חופה איז געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה אויף א ברייטע פארנעם פאר די הונדערטער חסידים און קרובי המשפחה, צוערשט איז כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, און דערנאך דער זיידע דער ויזניצער רבי, וועלכער איז אויפגענומען געווארן לקול תרועת השמחה מיט לעבעדיגע ריקודין דורך די חסידים אויף די פארענטשעס. עס האבן מהנה געווען א חסידישע כאר בעלי מנגנים סיי פון חסידי ויזניץ און סיי פון חסידי וויען, און צווישן אנדערע האט מען געזינגען די נייע ניגון וואס איז ספעציעל פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה.
צווישן די לעבעדיגע ריקודין איז כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אראפ אין צענטער פון זאל צו טאנצן מיט די חסידים און בחורי הישיבות, אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב שליט"א געטאנצן מיט זיין קהילה און די בני המשפחה. דורכאויס די חתונה האבן זיך משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון בארא פארק, ספינקא, גאלאנטא, טשערנאוויץ, שענדישוב, סקווירא ב"פ, ברעזאן, זוועהיל, אב"ד סאטמאר וומס"ב, בני האדמו"ר מסקווירא, און נאך רבנים ואדמורי"ם ומורי הוראה.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ברוך האגער בן כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ וחתן כ"ק אדמו"ר מויזניץ, בדחנא דמלכא ר' משה שמואל ראזענבערג האט געגראמט און אויסגערופן די זיידעס און מחותנים צום מצוה טאנץ. צוערשט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויען, דערנאך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מויזניץ, דערנאך דער מחותן כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב, און דערנאך די פעטערס האדמורי"ם והרבנים לבית אשוי, דער עלטער פעטער הרב החסיד ר' אלעזר וויינבערגער מזקני חסידי ויזניץ, און די איבריגע קרובי המשפחה.
Comments