משרתי עליון: די משמשים בקודש בבתי האדמור"ים און זייער עבודת הגבאות | ספעציעלער חול המועד פראיעקט
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 31 דקות
עודכן: לפני 4 ימים

מאנטאג ג' דחול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש
לכבוד יו"ט פסח תשפ"ו טוט מערכת "קול בחצרות" פארשטעלן דעם צווייטן טייל פונעם העכסט אייגנארטיגן און גאר אינטערעסאנטן "משרתי עליון" פראיעקט, וואס טוט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אריינגיין בחדרי קודש פנימה פון די גדולי האדמורי"ם מנהיגי דורנו, און אראפשילדערן דעם גאנצן הלך ילך פון די "משמשים בקודש", די געטרייע משרתי מעלה ועומדים ליד ימין קדשם פון די רועי ישראל, וועלכע שטייען צו בכל עת וזמן מיט א געטריישאפט ליצוק מים על ידם, און אויספירן די תפקידים אין זייער עבודת הקודש און ראלעס מיט'ן באדינען דעם רבי'ן.
דער טיטל "משב"ק" איז מאז ומקדם א רעספעקטירטער און געהויבענער באגריף בקורות החסידות, מ'האט אלץ ארויפגעקוקט און געשעצט די גבאים פון א רבי'ן, וועלכער איז עוסק בנאמנות לעשות רצון קדשו פונעם רבי'ן, און אויספירן זיינע באגערן און שליחות'ער מיט א טראסטבארקייט, און צו דער זעלבער צייט שטייט ער גרייט לעסוק בצרכי ציבור באמונה, שרייבן קוויטלעך און מסדר זיין די קבלת קהל, און אלעס ארום, ווען אפט מאל וועט א גבאי אויך זיין דער וואס העלפט דעם רבי'ן מיט זיינע פארצווייגטע פעולות הקודש בהרבצת התורה והנהגת המוסדות.
אויך היי יאר איז די מערכת געווען עטליכע וואכן אריינגעטאן צו צאמשטעלן דעם רייכן פראיעקט, צו מהנה זיין דעם ציבור לכבוד יום טוב פסח, דער יו"ט וואס סימבאליזירט דעם "ויאמינו בה' ובמשה עבדו", דאס התקשרות פון חסידים צו א רבי'ן מיט א אמונה און התבטלות, וואס די געטרייע גבאי קודש, יעדער מיט זיין ראלע און תפקיד, דינט אלס מוסטער און סימבאל פון הכנעה און התבטלות צו א רבי'ן.
כמעשהו בראשונה האט די מערכת אריינגעלייגט א גרינטליכע ארבעט מיט'ן זאמלען די קראנטע אינפארמאציע פון די עבודת הגבאות אין יעדן חצר, פונעם הויפט גבאי, ביז'ן אויטא דרייווער און הויז בחור, און אלעס אינצווישן, און מ'טוט זיך דערביי באדאנקען פאר די חשוב'ע עסקנים און באי ביתם פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א, וועלכע זענען בייהילפיג געווען פאר'ן פראיעקט.
אצינד קומען מיר צום צווייטן טייל פונעם פראיעקט, ותם ולא נשלם, און מיר האפן בעז"ה ממשיך צו זיין אויך אין א קומעדיגע געלעגנהייט מיט א פרישע רשימה פון חצרות הקודש. אינעם יעצטיגן צווייטן טייל וועלן ארויפגעברענגט די פאלגנדע 11 חצרות הקודש: סאטמאר, וויזניץ, באבוב 45, קארלין סטאלין, פאפא, תולדות אברהם יצחק, ראחמיסטריווקא, וויזניץ וויליאמסבורג, דאראג, לעלוב פון אמעריקא, און סקווירא פון בארא פארק.
• בחצר הקודש סאטמאר •

בחצר הקודש סאטמאר איז עומד לשרת אלס גבאי ראשי דער לעגענדארער איש אמונו וסודו פון אדמור"י בית סאטמאר, הרה"ח ר' משה פריעדמאן, וועלכער איז שוין איבער א יובל יאר זוכה צו שטיין לימין קדשם מיט א זעלטענע געטריישאפט און מסירת נפש.
ר' משה, ווי בארימט אין סאטמאר אלס "ר' משה גבאי", האט אנגעהויבן זיין ראלע פון עסקנות אין סאטמארער הויף נאך אלס בחור, ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואו ער פלעגט ארויסהעלפן מיט די עבוה"ק פונעם גבאי הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל, און האט אויך צוגעהאלפן די תורה-שרייבער מיט פארשידענע הילף וואס האט אויסגעפעלט, ובפרט האט ער געהאט א גרויסע ראלע אין העלפן ארויסגעבן די בענדער "שו"ת דברי יואל".
בשנת תש"מ ווען הרה"ק בעל ברך משה זי"ע איז ארויף על כס הנהגה, נתן עיניו בו, האט ער אויסגעקליבן ר' משה אלס גבאי, און במשך די אלע יארן עד זיבולא בתרייתא סמך ידיו עליו, זייענדיג דער נאנטסטער מענטש בקודש פנימה, און כל דבר קטן וגדול וואס דער רבי האט אויף אים ארויפגעלייגט אויסצופירן, האט ער אויסגעפירט מיט א נאמנות יתירה.
אויסער זיין ראלע מיט'ן באדינען דעם רבי'ן, זיך אפגעבן מיט די ווירטשאפט אין שטוב, און מיט די הזכרות, איז ר' משה אלע יארן דער אחראי און איש אמונו פונעם רבי'ן אלעס בנוגע די סאטמארער מוסדות און קהלות אומעטום, האבנדיג די זכי' במשך השנים צו ערמעגליכן די בלי און וואוקס פון די סאטמארע אימפעריע בכל קצוי תבל.
ווען יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ארויף על כס הנהגה, האט דער רבי שליט"א מיטגענומען ר' משה לשרת בקודש, און כמאז ומקדם איז ר' משה ווייטער עומד ומשמש מיט א געטריישאפט און נאמנות יתירה.

דער צווייטער גבאי איז הרה"ח בנש"ק ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, וועלכער איז זעלבסט א סיגוטער אייניקל, מגזע עצי התמרים, און אים האט דער רבי שליט"א אויסגעקליבן אלס נאמן ביתו נאך בשנת תש"ס, ווען דער רבי שליט"א איז נתמנה געווארן אלס רב דקהל סאטמאר וויליאמסבורג.
פון דעמאלט אן איז ר' שמואל דער נאנטסטער מענטש ביים רבי'ן, ער געפינט זיך ביים רבי'ן אין שטוב רוב שעות אין טאג, און געט זיך אוועק מיט אלע אנגעלעגנהייטן בנוגע דעם רבי'נס שטוב, און באזונדער איז ער עומד לימין קדשו פונעם רבי'ן מיט'ן שאפן די פאנטאסטישע סומעס פאר די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלת ומוסדות סאטמאר אלוועלטליך, ווען במשך השנים איז דורך ר' שמואל אויפגעטריבן געווארן צענדליגער מיליאנען פאר כל קדשי בית סאטמאר, און באזונדער די שווערע מיליאנען פאר'ן קופת "שקל הטהור" פאר די מוסדות על טהרת הקודש.
ר' שמואל איז דער אפיציעלער "קוויטל שרייבער", און ביי פארנומענע צייטן וועט אויך דער גבאי ר' משה שרייבן קוויטלעך.

א דריטער גבאי איז הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער, וועלכער איז געווען גבאי נאך ביים רבי'ן דער ברך משה, וואו ער איז אלע יארן צוגעשטאנען מיט א געטריישאפט, און דאס איז ער ממשיך ביים היינטיגן רבי'ן. ר' מרדכי דוד באגלייט דעם רבי'ן אינעם טאג-טעגליכן רוטין ביי סידור קידושין'ס, ניחום אבלים, וכדומה.
באזונדער האט ער שוין מערערע יארן די חזקה פון "איבערזאגן" די תורה, זייענדיג געבענטשט מיט א זכרון נפלא, האט ער נאך ביים ברך משה איבערגעזאגט די תורה פאר די אידן וואס זענען געשטאנען ווייט און נישט געקענט הערן, און דאס איז ער ממשיך אויך היינט ביי די גרעסערע דרשות ווי כל נדרי און דרשות תקיעת שופר.
די לעצטערע יארן איז צוגעקומען א שטארקער כח אין רבי'נס שטוב, דער געטרייער נאמן בית הרה"ח ר' בנציון שלמה הכהן פאלאק, וועלכער איז קודם געווען א הויז-בחור, און שפעטער נאך די חתונה איז ער געבליבן נאנט ביים רבי'ן אין שטוב, און איז היינט פון די גאר נאנטע מקורבים ביים רבי'ן, און איז עומד לשרת מיט פילע תקפידים לפני ולפנים.
ר' בנציון שלמה געט זיך אפ מיט'ן רבי'נס שטוב, שטייט אלע המשמר אז אלעס זאל קלאפן, ער באגלייט אויך דעם רבי'ן צום דאווענען יעדן טאג, און ער דינט אלס דעם רבי'נס קביעות'דיגער "דרייווער" אין די פארמיטאג שעה'ן.

נאך א קביעות'דיגער דרייווער ביים רבי'ן איז הרה"ח ר' משה וואלף קליין הי"ו, וועלכער האלט אן די חזקה וואס ער האט נאך געהאט ביים רבי'ן דער ברך משה ז"ל, און ער דרייווט דעם רבי'ן אין די נאכט שעה'ן, און ביי אפציעלער מאורעות.
די לעצטע פאר יאר איז אויפגענומען געווארן א פרישער גבאי, הרה"ח ר' חיים אהרן פלאהר, וואס קומט יעדן טאג ספעציעל אריין פון קרית יואל צו באדינען דעם רבי'ן. ר' חיים אהרן איז אויפגענומען געווארן נאכ'ן שווערן פארלוסט ווען מ'האט פארלוירן צוויי געטרייע משמשים בקודש, אין די זעלבע תקופה, הרה"ח ר' יודל וויינשטאק ז"ל, און הרה"ח ר' מענדל בינער ז"ל.
ר' חיים אהרן העלפט ארויס מיט'ן שרייבן קוויטלעך, באגלייט צו מעמדים, און פארשטייט זיך אין די זמנים ווען דער רבי וויילט אין קרית יואל, איז ער דער גבאי וואס געבט זיך אפ מיט אלע תפקידים.

דער רבי האט באזונדערע גבאים ביים וויילן בקרית חוצות. ווען דער רבי האלט זיך אויף אין קרית יטב לב, בלומינגבורג, איז דער גבאי ר' שמואל בנימין שישא, א געוועזענער הויז-בחור.
אין פלארידע איז דער גבאי הרב יואל לעווי, דעם רבי'נס תורה-שרייבער, וואס איז אויך במשך די יאר א יוצא ונכנס בקודש פנימה זייענדיג דער איש אמונו וספרא דמלכא ווען ס'קומט צו דעם רבי'נס תורות זייענדיג בקודש פנימה שעות לאנג איבערגייענדיג צענדליגער תורות מדי שבוע בשבוע ומועד במועדו.
באזונדער פארמאגט דער רבי א קביעות'דיגער "הויז בחור" וואס רירט זיך נישט אוועק פון רבי'ן 24 שעה פון טאג ערב ובוקר וצהרים פון פרי פארטאגס ביז שפעט אויפדערנאכט נאכ'ן געזעגענען. אנדערש איז אבער ווען דער רבי פארט אויף פלארידא קומען די הויז בחורים נישט מיט בהוראת קדשו.
• בחצר הקודש וויזניץ •

אין חצר הקודש וויזניץ איז דער משב"ק ראשי הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו, דער כהן שדעתו יפה וועלכער איז שוין צענדליגער יארן עומד ליד ימינם פון אדמור"י בית וויזניץ מיט אן אויסערגעווענליכע מסירת נפש'דיגע געטריישאפט בכל עת וזמן.
ר' הערשל איז דערמיט ממשיך זיין אומפארגעסליכע עבוה"ק אלס דער געטרייער משב"ק ביי רבו הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זצ"ל, וועם ער האט געהאט די זכי' משמש צו זיין במשך צענדליגער יארן מיט א מסירה נאמנה.
ער האט אנגעהויבן זיין גבאות ראלע נאך אלס בחור, ווען דער ישועות משה האט חתונה געמאכט זיין טאכטער הרבנית הצדיקת מיט הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און שבת נאכמיטאג פון די שבת שבע ברכות ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א מסיבה פאר די כלה, און דער גבאי ר' נטע מאסקאוויטש ע"ה איז דאן ארויס אין גאס זוכן בחורים וואס זאלן העלפן מסדר זיין די טישן, האט ער פונקט אנגעטראפן ר' הערשל כ"ץ, וועלכער איז דאן געווען א יונג בחור'ל.

ר' הערשל האט דאן מיט גרויס שמחה זיך צוגעכאפט צום כיבוד, צו קענען העלפן ביים רבי'ן אין שטוב, ופה אשב כי איותיה, ער האט נושא חן געווען ביים ישועות משה און יבלחט"א ביים רבי'ן שליט"א, און מאז ועד עתה איז ער זוכה שוין איבער א יובל יאר לשרת בקודש פנימה.
ער האט נאך זוכה געווען צו משמש זיין ביי הרה"ק דער אמרי חיים זצ"ל, אין די לעצטע האלבע יאר לימי חייו, ביז'ן הסתלקות ט' ניסן תשל"ב, ווען ער האט דאן געדינט אלס הויז-בחור, איבערנעמענדיג די הויז-בחור'שאפט פון הרה"ח ר' אהרן צבי מאיר גאטעסמאן, וועלכער האט דאן חתונה געהאט.
נאכ'ן הסתלקות פונעם אמרי חיים האט ר' הערשל ווייטער ממשיך געווען די עבוה"ק ביים ישועות משה, וואו ער איז צוגעשטאנען ליד ימין קדשו מיט א געטריישאפט, זייענדיג געשטעלט אויף אלע צענטראלע תקפידים בקודש פנימה, און ווי אויך האט אים דער ישועות משה ממנה געווען אלס יו"ר פונעם "מפעל קמחא דפסחא", וואס ער פירט שוין איבער 30 יאר.
ביי חסידי וויזניץ געדענקט מען מיט ספעציעלע הכרת טובה ר' הערשל'ס אומערמידליכע עבוה"ק אין די לעצטע יארן פונעם ישועות משה ווען דער ציבור האט משתוקק געווען לראות את מלכם און ארויסגעקוקט אויף יעדע געלעגנהייט דער רבי זאל מופיע זיין בהדרו ביי טישן און מאורעות, האט ר' הערשל זיך אוועקגעגעבן לייב-און-לעבן דאס צו קענען צושטאנד ברענגען, און אפילו דעם לעצטן פורים, בלויז אייניגע טעג פאר'ן הסתלקות, איז נאך דער ישועות משה ארויס צום ציבור צום שלחן הטהור לכבוד היום, און אדאנק אים איז אויפגעוואקסן א פרישער דור פון טויזנטער חסידי וויזניץ וואס האבן זוכה געווען זיך אנצוזעטיגן מיט די הייליגע שעה'ן כשהמלך ביפיו תחזינה עיניהם.
מרועה לרועה, איז ר' הערשל ממשיך די עבוה"ק במשך די אלע יארן ביים היינטיגן רבי'ן שליט"א, וואו ער געט זיך אוועק בכל לב ונפש יום ולילה לא ישבות צו משמש זיין דעם רבי'ן און אויספירן די אלע תקפידים בקודש פנימה.
דער צווייטער משב"ק בחצר הקודש וויזניץ איז הרה"ח ר' בנציון שטאנגער, וועלכער איז שוין נאנט צו 40 יאר מקורב ביים רבי'ן אין שטוב, אנגעהויבן פון די תש"מ יארן נאך, אלס בחור, ווען ער האט שוין דאן זוכה געווען צו באדינען דעם רבי'ן, און במשך השנים שפעטער האט אים דער רבי אריינגענומען לשרת בקודש, ולא זזה ידו מתוך ידן, און פארטרויעט אים מיט הייקעלע שליחות'ן וואס ער פירט אויס בנאמנות. ר' בנציון גיבט זיך אפ מיט אלע ענינים אינעם רבינס שטוב, און איז דער מוציא ומביא פון דעם רבי'ן צום עולם, ובפרט צו די ראשי ועסקני המוסדות, גדולי ישראל און אישי ציבור.

באזונדער איז עומד לשרת ביים רבי'ן אין שטוב הרה"ח ר' יהושע קרויזער, וועלכער איז בשנת תשס"ב אויפגענומען געווארן אלס דעם דרייווער פונעם רבי'ן שליט"א, און במשך השנים איז ער געווארן ווי דער 'מזכיר' פון רבי'נס הויז, וואס ביי אים טוט מען זיך ווענדן בנוגע תפילין לייגנ'ס, חופות, און ער איז אויסערגעווענליכע געטריי צו באדינען דעם רבי'ן ממש רונדע דעם זייגער, 24 שעה איז ער יושב בשער בית המלך, און גרייט צו טאן אלסדינג וואס פעלט אויס.
נאך א משב"ק איז הרה"ח ר' אהרן צבי מאיר גאטעסמאן, וועלכער האט זוכה געווען לשרת בקודש אלס הויז-בחור ביים אמרי חיים, און שפעטער נאך די חתונה האט ער עוסק געווען בעבוה"ק אין די מוסדות. בשנת תשל"ה איז ער צוריקגעקומען אל בית המלך, ווערנדיג נתמנה לשרת בקודש ביים ישועות משה, און דאס איז ער ווייטער ממשיך בנאמנות ביים רבי'ן שליט"א.
די הויפט אויפגאבעס פון ר' אהרן צבי מאיר איז אלס דעם רבי'נס קביעות'דיגער דרייווער, און ער איז דער משב"ק וואס באדינט דעם רבי'ן אין די שעות פון 5:00 פארטאגס ביז 11:00 פארמיטאג. ווי אויך איז ער גרייט ביים רבי'ן אין שטוב אין נאך פארשידענע זמנים ווען עס פעלט זיך נאר אויס, און געט אסאך איבער הזכרות.

אלס "קוויטל שרייבער" דינט דער געטרייער משב"ק הרה"ג ר' שאול גרינבערגער שליט"א ר"מ ישיבה קטנה ישועות משה, וועלכער האט אנגעהויבן די עבוה"ק ביים היינטיגן רבי'ן, ווערנדיג אויפגענומען אלס קוויטל-שרייבער אויפ'ן פלאץ פונעם פריערדיגן קוויטל-שרייבער, הרה"ח ר' ישראל זילבערשלאג ז"ל. ווי אויך איז ר' שאול געשטעלט אלס משב"ק ביי די טישן, אויפגעבנדיג די מאכלים, רופט אויס ביים שטעלן וויין.
באזונדער איז ר' שאול אחראי אויף די עניני חינוך פון איגוד מוסדות וויזניץ, און יעדער נושא בעניני חינוך ווערט פאר אים איבערגעגעבן און ער טראגט אריין די שאלות בקודש פנימה, און ברענגט צו די הוראות הקודש. ווי אויך איז ער ממונה אלס דער כותב המלך, בנוגע די מכתבי קודש וואס ווערט ארויסגעגעבן דורכ'ן רבי'ן שליט"א.
ווי אויך איז עומד לשרת הרה"ח ר' אהרן קלמן יוסף שארף, וועלכער איז געווען א הויז-בחור ביים ישועות משה, און ביים היינטיגן רבי'ן איז ער שוין מערערע יארן פון די געטרייע נאמני בית, און טוט ער געטריי באדינען דעם רבי'ן לפני ולפנים. במיוחד איז ר' יוסף נושא בעול פונעם ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ, זיכער צו מאכן אז דער ביהמ"ד אפערירט רונדע דעם יאר ובפרט, ביי די מעמדים, שמחות און ימים טובים.

אן אייגנארטיגע ראלע אין די עבודת הגבאות טראגט הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזניצער, וואס ער האלט אן די חזקה פונעם פאטער הרה"ח ר' יוסל וויזניצער ז"ל, וועלכער איז פערזענליך באאויפטראגט געווארן דורכ'ן רבי'ן דעם אמרי חיים ער זאל אים באדינען בשעת די תפילות, ווי ארויסרוקן און אריינרוקן די בענקל, וכדומה, זאגנדיג אז ער אלס אייניקל פון הייליגן בארדיטשובער, וויל ער אז ר' יוסל זאל זיך געפינען עמו במחיצתו, אינעם גדר, ביי די תפילות.
אט די חזקה איז בנו ר' יצחק אייזיק ממשיך בנאמנות ביים היינטיגן רבי'ן, וואו ער באדינט בשעת די תפילות, און ווי אויך העלפט ער ארויס ביי די טישן מיט פארשידענע תפקידים.
פון ווען דער רבי שליט"א איז שוואך געווארן, איז אויפגענומען געווארן א פרישער גבאי, הרה"ח ר' יהושע ברוך הכהן פאקשער, וואס ער פלעגט בעבר זיין אן עזר בקודש פאר די רביצין תליט"א, און אויך געהאלפן משמש זיין ביי די טישן, און אצינד איז ער פולקאם אריינגענומען געווארן אלס גבאי וואס געט זיך אפ פאר'ן רבי'נס געזונט.
א באזונדערער גבאי איז געשטעלט אויסשליסליך פאר חו"ל, ווען דער רבי פארט ארויס אויף נסיעות קיין אמעריקע אדער אייראפע, דאס איז הרה"ח ר' זעליג קארניצער פון ירושלים, וועלכער איז געשטעלט אויף אלע צענטראלע תפקידים ווען דער רבי איז אין חו"ל, און אויך ווען די רבי קומט צוריק, טוט ר' זעליג כסדר ארויסהעלפן מיט די עבודת הגבאות.

• בחצר הקודש באבוב-45 •

בחצר הקודש באבוב-45 איז דער גבאי ראשי הרה"ח ר' שמחה פנחס שטראהלי, דער לעגענדארער משב"ק ביי הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל, וועם ער האט זוכה געווען משמש זיין נאך בעפאר ער איז נתעלה געווארן בכתר ההנהגה און במיוחד במשך די גאנצע פינף יאר פון שנות הנהגתו, צושטייענדיג לימינו עוז מיט אן אומבאגרייפליכע געטריישאפט עד זיבולא בתרייתא. ר' שמחה פנחס איז נאך געווען א נאנטע שטוב מענטש ביי הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל ביי וועם ער האט ספעציעל נושא חן געווען כידוע לכל.
מרועה לרועה איז ר' שמחה פנחס ווייטער נבחר געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א לשרת בקודש, און שוין איבער 30 יאר וואס ער האט די זכי' משמש צו זיין ביי אדמור"י בית באבוב, זייענדיג דער הויפט קוויטל שרייבער, און ער גייט כסדר מיט ביי מעמדים און מאורעות

דער צווייטער גבאי דער געטרייער און איבערגעגעבענער משמש בקודש הרה"ח ר' חיים יונה ווייס, וועלכער איז נתמנה געווארן דורכ'ן רבי'ן באלד נאכ'ן איבערנעמען די כס האדמורו"ת מיט 21 יאר צוריק, בחודש אדר שנת תשס"ה.
ר' חיים יונה איז נאנט געווארן מיט'ן רבי'ן נאך אין די פריערדיגע יארן, ווען דער רבי האט געדינט אלס מגיד שיעור אין די באבובע מתיבתא, האט זיך ר' חיים יונה געציילט אלס תלמיד חביב, און ער האט שוין דאן זוכה געווען צו באדינען דעם רבי'ן מיט פארשידענע תפקידים וואס האט דאן אויסגעפעלט.
ר' חיים יונה שטאמט פון דורי דורות חסידי באבוב, ער איז א זון פון הרה"ח ר' בערל ווייס ע"ה א מרביץ תורה אין באבובע הויף רבות בשנים.
ר' חיים יונה געט זיך אוועק מיט א זעלטענע מסירת נפלאה, ולא זז ידו מתוך ידו, און יעדער חסיד ווייסט אז סיי ווען מ'וויל זיך פארבינדן מיט'ן רבי'ן גייט עס דורך ר' חיים יונה, וועלכער איז דער מוליך ומביא.
וכמים פנים אל פנים טראגט ר' חיים יונה אן אויסנאמליכע נאמנות ביים רבי'ן, וועלכער טוט אים אנפארטרויען מיט שליחות'ן בכל דבר גדול וקטן. אויך גייט ער מיט מיט'ן רבי'ן ביי אלע מאורעות, און ער דינט אויך אלס גבאי ראשי פונעם רבי'נס צדקה-קאסע "תרומות הקודש".
ווי אויך איז ר' חיים יונה עומד לשרת ביי די טישן, און אויך דינט ער אלס מגיד שיעור ביים טעגליכן מנין מנחה-מעריב ביים רבי'ן, וואו ער לערנט פאר משניות צווישן מנחה און מעריב, ווי איינגעפירט אין באבוב'ער הויף.
אין די הייליגע טעג דינט אויך אלס קוויטל-שרייבער הגה"צ ר' ברוך חנא גרינפעלד שליט"א דומ"ץ באבוב-45 לאנדאן, וואס איז ברייט באקאנט אלס א געהויבענעם דמות משכמו ולמעלה און א תלמיד חכם עצום. רבי ברוך חנא איז נאך געווען א גבאי ביי הרה"ק מבאבוב זצ"ל, און לאחר פטירותו אין די בראשית יארן ביים רבי'ן שליט"א איז ער געווען דער אפיציעלער קוויטל-שרייבער, ביז ער איז אויפגענומען אלס דיין אין די קהלה אין לאנדאן.

דער רבי פארמאגט אויך א זעלטן געטרייער גבאי, הרה"ח ר' חיים אלישע אייזן, וועלכער איז דעם רבי'נס אפיציעלער דרייווער, און גייט מיט ביי אלע מעמדים בקרב הקהלה.
ר' חיים אלישע האט דעם תפקיד בירושה פון זיין טאטן, הרה"ח ר' גבריאל פנחס אייזן ע"ה, באקאנט אין באבוב אלס ר' פיניע, וועלכער איז געווען דער גבאי אין באבוב בה' הידוע פאר קרוב צו א יובל יארן מיט א זעלטענע מסירה נפלאה.
ר' חיים אלישע איז אויך דער מבשר טוב, וועלכער מעלדט אלע נייעס און באריכטן אויף די "קול באבוב-45" ליניע, וואס ער טוט עס שוין בנאמנות, נאך פון די תקופה איידער דער רבי איז ארויף על כס הנהגה.
ווי אויך טוט ר' חיים אלישע משמש זיין ביי די טישן, ובפרט מיט'ן אנהייבן די ניגונים, אן עבודת הקודש וואס ער האט אנגעהויבן נאך ביי הרה"ק מבאבוב זצ"ל, און איז דאס ממשיך עד היום הזה ביים היינטיגן רבי'ן. ווי אויך שטייט ער אונטער מערערע פראיעקטן בקרב הקהלה וואס ער פירט אן מיט א שטארקע סוקסעס.

דער רבי פארמאגט אן אייגנארטיגער "שבת גבאי", הרה"ח ר' אהרן גאלדשטיין, וועלכער באגלייט דעם רבי'ן צום ביהמ"ד במשך שבת קודש, און אזוי אויך שטייט ער אונטער'ן רבי'ן ביי די תפילות.
ביז עטליכע יאר צוריק ווען דער רבי האט נאכנישט געהאט די פריוואטע מקוה בביתו נאוה קודש, פלעגט ר' אהרן נעמען דעם רבי'ן יעדן טאג צו די מקוה, און זינט דער רבי האט די אייגענע מקוה, קומט ער ווייטער און האלט אן די חזקה, צוגרייטנדיג אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די באקוועמליכקייט פונעם רבי'ן.
פון די געטרייע נאמני בית ביים רבי'ן ציילט זיך אויך דער בארימטער איש אמונו פון צדיקי בית באבוב לדורותם, הרה"ח ר' וואלף רייכבערג, וואס שוין קרוב צו 60 יאר שטייט ער לימין קדשו פון צדיקי בית באבוב און געט זיך אפ אויף טריט און שריט פאר די הייליגע אימפעריע.
• בחצר הקודש קארלין סטאלין •

שוין מיט איבער א יובל יארן בשנת תשל"ה האט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אויפגענומען הרה"ח ר' יואל בוקשפאן הי"ו צו דינען אלס אפיציעלע משמש בקודש. ר' יואל איז א פלומעניק פון דעם לעגענדארן סטאלינער חסיד הרה"ח ר' שמעון בוקשפאן ז"ל, ביי וועם דער רבי שליט"א איז נאך איינגעשטאנען אלס קינד ווען ער פלעגט קומען קיין ארץ ישראל, און נאך אלס בחור האט ר' יואל ארויסגעהאלפן מיט וואס אימער פאר'ן רבינ'ס שטוב.
ר' יואל איז אלע יארן געווען פון די נענטסטע מענטשן ביים רבי'ן שליט"א און איז מיטגעפארן מיט אלע נסיעות, אויך די פריוואטע נסיעות אויף וואקאציע וכדומה און שטייט געטריי לימין קדשו עד היום הזה.
ר' יואל בוקשפאן פלעגט אויך זיין די דרייווער, ביז די קאוויד עפאכע ווען הרה"ח ר' ישראל סטעפאנסקי האט איבערגענומען דאס דרייוון.
ר' יואל איז שוין היינט אין די עלטערע יארן און שטייט נאר ביי קבלת קהל, טיילמאל אויך ביי שמחות.
דאס "שטיין ביי קבלת קהל" אין קארלין סטאלין טראגט א באזונדערע באדייט, ווען אין קארלין שרייבט יעדער די קוויטלעך אליינס און נישט די גבאי. די ארבעט פון די גבאי איז צו שטיין אינדרויסן פון רבינ'ס צימער, אריינלאזן די אידן און מזרז זיין אויב איינער האלט אויף צו לאנג.
אין די פריערדיגע יארן בראשית ממלכתו, ווען דער רבי שליט"א האט געוואוינט אין בארא פארק, האט געדינט אלס גבאי הרה"ח ר' ישראל גאלדהאבער ז"ל, וועלכע איז נאך געווען דער משב"ק ביי זקינו הרה"ק רבי יוחנן מסטאלין זצוק"ל. ר' ישראל איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן שליט"א און איז מיטגעגאנגען מיט אלע נסיעות. אויך פלעגט ר' ישראל אונטערשרייבן אלע מכתבי קודש בפקודת הקודש פונעם רבי'ן.
אין יענע יארן ווען דער רבי פלעג אפט פארן באזוכן די חסידים אין ארץ ישראל, איז ר' ישראל געבליבן אין אמעריקא, און דארט אין ארץ ישראל האבן געדינט אלס גבאים, ר' יצחק שוואדראן און הרב אהרן יוסף בריזל וועלכע איז אויך געווען א מגיד שיעור אין די סטאלינער ישיבה אין ירושלים. אין צוגאב צו ר' יצחק שוואדראן האט דער רבי אויפגענומען הרה"ח ר' שמעון שווארץ יושב ראש מכון בית אהרן וישראל, אונטערצושרייבן די מכתבים. ווי באקאנט, האט דער רבי איינגעפירט מיט עטליכע חדשים צוריק אז מען שרייבט שוין נישט קיין מכתבים.
הרה"ג ר' אהרן יוסף בריזל ע"ה איז כיום געבליבן מיט זיין חזקה צו שטיין אונטערן רבי'ן ביי די טישן און שמחות, מיטגיין ביי מעמדים און ביקורים און אנגיסן די בעכער ביי קידוש, ביז צו זיין פטירה.
בשנת תשנ"ב ווען דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין גבעת זאב, איז ר' ישראל גאלדהאבער, וועלכע איז שוין דאן געווען אויף די עלטערע יארן, אויך מיטגעפארן מיטן רבי'ן און זיך באזעצט אין גבעת זאב.
אין יענע יארן אין ארץ ישראל, האט דער רבי אויפגענומען הרה"ג ר' יהושע בריזל שליט"א רב דחסידי קארלין אין גבעת זאב, אלס נאמן ביתו. ר' יהושע פלעגט איבערגעבן אלע הוראות בפקודת הקודש און שטיין אונטערן רבי'ן ביי די טישן און שמחות. אזוי אויך פלעגט דער רבי שמועסן מיט ר' יהושע אין לערנען בשעתן טיילן די פיש ביי שלש סעודות, ווי ס'האט זיך געפירט זקינו הרה"ק ר' יוחנן זצ"ל, צו רעדן אין לערנען ביים טיילן די פיש בעידן רעוא דרעוין.

היינט צוטאגס דינט אלס דער אפיציעלער משמש בקודש ראשי און יד ימינו פונעם רבי'ן אין אלע ענינים, הרב צבי אליעזר קרויזער וואס איז אויפגענומען געווארן אין די אנהויב ע' יארן ווען ר' יהושע בריזל איז ארויסגעפארן קיין מעקסיקא, און זיך דארט אויפגעהאלטן עטליכע יאר וואו ער האט אויפגעטון גדולות ונצורות בשדה הכשרות.
ר' צבי אליעזר איז א זון פון דעם באקאנטן לוחם מלחמת ה' הרה"ח ר' אברהם קרויזער שליט"א, וועלכע איז באקאנט געווארן עטליכע יאר צוריק ווען ער איז ברוטאל אראפגעווארפן געווארן דורך די ציוניסטישע פאליציי אום ל"ג בעומר אין מירון. ר' צבי אליעזר איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא ווי זיין פאטער איז געווען פון די חשובע תושבים אין שטעטל. אין זיינע יוגנט יארן האט זיין פאטער זיך באזעצט אין ירושלים און זיך קובע מקום געווען אין די סטאלינ'ע קהלה.
אלס בחור איז ר' צבי אליעזר געפארן לערנען אין די ישיבה אין שיכון סקווירא, ומה' מצעדי גבר, אז ער האט חתונה געהאט אין ניו יורק און זייענדיג א גרויסער ת"ח און א ידען נפלא, האט ער אנגעקניפט א קשר עליון מיט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע האט נאך דאן געוואוינט אין בארא פארק, און זינט דאן איז ער געווארן א קארלינער חסיד כעבדא קמא מרא. אין די שפעטערע יארן האט ר' צבי אליעזר זיך אריבערגעצויגן קיין גבעת זאב, זייענדיג נאנט צום רבי'ן בכל עת ובכל זמן. אזוי אויך האט ער געדינט עטליכע יאר אלס משגיח אין די סטאלינער ישיבה אין ירושלים.
ר' צבי אליעזר ווערט פאררעכענט אלס דער נענסטער מענטש צום רבי'ן. דער רבי רירט זיך נישט אן ר' צבי אליעזר, אין א בחינה פון לא ימוש מתוך האהל, וועט ר' צבי אליעזר נישט ארויספארן פון גבעת זאב, אין דער צייט וואס דער רבי געפונט זיך דארט, שטייענדיג אלעמאל גרייט מיט א זעלטענע געטריישאפט פאר'ן רבי'ן.
ר' צבי אליעזר געבט איבער די וויכטיגע מודעות פאר'ן ציבור בשם דעם רבי'ן און גייט מיטן רבי'ן צום כותל יעדע וואך כמנהגו, שטייט אונטערן רבי'ן ביי די טישן, שמחות.

נאך א גבאי איז הרב ישראל גאטליב הי"ו פון די פארצווייגטע גאטליב משפחה אין קארלין, וועלכער שטייט אונטערן רבי'ן ביי טישן, מעמדים און שמחות.
ביי קבלת קהל שטייט - ווי געזאגט - ר' יואל בוקשפאן און לידו טוט ארויסהעלפן ר' שלמה פייגענבוים, וועלכע איז מסדר די אפוינטמענטס.

דעם רבינ'ס דרייווער איז הרה"ח ר' ישראל סטעפאנסקי הי"ו, וועלכע וועט מיטגיין מיטן רבי'ן אויך אויף די פריוואטע נסיעות, אין די צייט וואס די גבאים פון ארץ ישראל בלייבן אין ארץ ישראל. אזוי אויך טוט ר' ישראל איינקויפן אין גראסערי די צרכי הבית און העלפט ארויס אינעם רבינס שטוב.
ביי די טישן שטייען אונטערן רבי'ן ר' יוחנן ב"ר אהרן יוסף בריזל און ר' יוחנן בערנשטיין מנכ"ל המוסדות וועלכע רופט אויס די נעמען ביי לחיים.
אין א מערקווירדיגע נאטיץ דארף באטאנט ווערן די ארבעט פון ר' משה שלום זאלצמאן וועלכע טוט שוין קרוב צו פערציג יאר טוישן טעגליך די וואסער אינעם רבינ'ס פריוואטער מקוה אין גבעת זאב.
ווען דער רבי קומט קיין ניו יורק, פארבלייבן די גבאים אין ארץ ישראל. אין אמעריקא דינט אלס גבאי הרה"ח ר' יעקב שטייערמאן הי"ו. ר' יעקב איז אויפגענומען געווארן דורכ'ן רבי'ן נאכדעם וואס ר' ישראל גאלדהאבער איז געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל. ר' יעקב שטייט ביי קבלת קהל, דרייווט דעם רבי'ן אין אמעריקא אויך צו דאקטוירים וכו', און שטייט אונטערן רבי'ן ביי די טישן.
ר' יעקב איז נישט אויפגעוואקסן אין א סטאלינער שטוב, אבער זיין פאטער האט געשטאמט פון סטאלינער חסידים איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' ישעי' שפירא ע"ה וועלכע פלעגט אריינקומען שיינע שבתים אין סטאלין נאך ביים רבי'ן רבי יוחנן. אלס בחור האט ר' יעקב געלערנט אין די סטאלינער ישיבה און זייענדיג אן עסקן טיפ האט ער ארויסגעהאלפן מיט פארשידענע עניני ציבור און האט גענאסן פון א קירבה ביים רבי'ן.

אין די לעצטערע יארן ווען מ'האט אנגעהויבן בויען דעם נייעם ביהמ"ד אין בארא פארק און די ארבעט האט זיך פארצויגן, האט דער רבי אויפגענומען ר' יעקב שטייערמאן אלס יושב ראש קרן הבנין און זינט דאן האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו רוקן. דער רבי זעט אין ר' יעקב א מענטש וואס קען אויספירן און ר' יעקב איז דעם רבינ'ס שליח אויף מערערע פריוואטע ענינים, ביי אנדערע גדולי ישראל, פאליטיקאנטן, דאקטוירים וכו'.
בשנת תשל"ח וויילנדיג נאך אין אמעריקא האט דער רבי איינגעפירט די תקנה, אז ביי די טישן זאלן דינען אלס גבאים, די גבאי הביהמ"ד. דהיינו, אנגיסן די כוס ביי קידוש, שטיין אונטערן רבי'ן, און אויסרופן די נעמען ביי לחיים.
כיום איז עס געווארן איינגעטיילט צווישן די דריי גבאי הביהמ"ד אין בארא פארק: ר' יונתן ראזענבוים און ר' טובי' פילטשיק וועלכע שטייען אונטערן רבי'ן, און ר' משה צבי שטייערמאן א זון פון ר' יעקב רופט אויס די נעמען ביי לחיים.
די עיקר יסוד פון א גבאי ביים קארלינער רבי'ן איז האלטן דאס מויל פארמאכט. עס איז שוין געווען אמאל וואס דער רבי האט אויפגענומען איינעם אלס גבאי אבער ווען יענער האט צופיל גערעדט האט אים דער רבי פארשיקט און מעביר געווען פון די גבאות.
בכלל דארף אנגעמערקט ווערן די יראת הכבוד פון די גבאים אין קארלין סטאלין, א גבאי וועט זיך קיינמאל נישט אנלאנען אויפן רבינ'ס שטול, און דאס גלייכן, אלס יראת הכבוד.
• בחצר הקודש פאפא •

אין חצר הקודש פאפא איז דער משב"ק ראשי הרה"ח ר' בנימין האפמאן, וועלכער איז שוין צענדליגער יארן עומד ליד ימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, זיך אוועקגעבנדיג בשימוש הצדיק בכל עת וזמן מיט א מסירה נפלאה.
ר' בנימין איז א זון פונעם בארימטן איש חסיד אין פאפא, הרה"ח ר' משה האפמאן ז"ל, א זון פון הרה"ח ר' אליעזר דוד האפמאן ז"ל פון די געהויבענע חסידים פון די צדיקים לבית פאפא אין דער אלטער היים.
ר' בנימין איז ממשיך די התקשות לבית פאפא מבית אבותיו, און עד היום איז נאך דא פארשידענע חזקות ביי די צדיקי בית פאפא וואס לויפט ביי משפחת האפמאן נאך פון דער אלטער היים אין שטאט פאפא.
ר' בנימין האט אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש נאך אלס הויז-בחור ביים רבי'ן דער ויחי יוסף ז"ל די לעצטערע יארן ווען רבי ז"ל איז שוין געווען אין די שוואכע כוחות, צושטייענדיג בכל נימי נפשו צו באדינען אותו צדיק בכל לבו ונפשו, און באזונדער ווערט ר' בנימין געדענקט אלס דער וואס איז געווען אנוועזנד ווען דער רבי ז"ל איז צאמגעפאלן ביי די סטראוק א וואך פאר די פטירה, אין ר' בנימינ'ס הענט אריין.
תיכף נאכן הסתלקות י"ג אב תשמ"ד, נאך אין שפיטאל, האט זיך ר' בנימין זאפארט צוגעשטעלט מרועה לרועה, און מאז ועד עתה באדינט ער דעם רבי'ן שליט"א די לעצטע איבער 40 יאר לא זזה ידו מתוך ידו.
ר' בנימין איז דער משב"ק בה"א הידועה, זיך אפגעבנדיג מיט אלע תקפידים בבית ובחוץ. ער באדינט דעם רבי'ן יומם ולילה ממש, פארט מיט אויף יעדע פלאץ, אויף נסיעות, אויף מנוחת הנפש א.א.וו.. נישטא קיין שום מעמד אן ר' בנימין, חוץ איינמאל א יאר ווען ר' בנימין איז נישט ביים רבי'ן, דאס איז די סדר נאכט פון נאך קידוש ביז שלחן עורך.
אלע הזכרות פון חסידים גייט דורך ר' בנימין, און איז גרייט 24 שעה בייטאג און ביינאכט אויפצוהייבן דעם טעלעפאן פאר הזכרות, און ווי אויך אויף אנצופרעגן דעם רבי'ן קורצע שאלות קען מען אנפרעגן דורך ר' בנימין.
דער רבי שליט"א לאזט זיך נישט באדינען מיט פריוואטע זאכן, א שטייגער ווי איבערגעבן רעזשווואלקע וכדו' מיט קיינעם, אן אויסנאם איז מיט ר' בנימין, כי בו בחר, נאר מיט אים ערלויבט דער רבי מ'זאל אים באדינען פערזענליך.

דער צווייט-ראנגיגער משב"ק אין פאפא איז הרה"ח ר' יעקב יוסף ניישלאס, וועלכער איז משמש דעם רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט ר' בנימין כמעט פון אנהייב נאך בהנהגת העדה.
די נאנטשאפט פון ר' יעקב יוסף ניישלאס לבית המלך האט זיך אנגעהויבן אייגנטליך נאך איידער דער רבי האט איבערגענומען די כתר ההנהגה, זייענדיג נאנט מיט'ן רבי'ן און זוכה געווען צו לערנען בחברותא מיט'ן רבי'ן אין כולל, און געשטאנען לימין קדשו מיט פארשידענע שליחות'ן בחצר הקודש.
אין די לעצטע יארן פונעם ויחי יוסף ז"ל איז געווען א רעדע אויפצונעמען ר' יעקב יוסף אלס משב"ק, ולא איסתייעא מילתא, און נאכ'ן הסתלקות איז ער אפיציעל אויפגענומען געווארן לשרת בקודש ביים רבי'ן שליט"א.
ר' יעקב יוסף ניישלאס איז דער אפיציעלער קוויטל-שרייבער ביי קבלת קהל, און באגלייט דעם רבי'ן ביי באזוכן און מאורעות.
פאר זיך איז ר' יעקב יוסף ניישלאס א חשוב'ער ת"ח ומרביץ תורה, און דינט אלס אויסגערופענער מגי"ש אין די מסגרת "והגית" דחסידי פאפא.
א דריטער משב"ק איז הרה"ג ר' יעקב יוסף אויש שליט"א מרביץ תורה בישיבת פאפא.
ר' יעקב יוסף אויש איז א זון פון הרה"ח ר' אליעזר דוד אויש ז"ל, וועלכער איז געווען דער געטרייער משב"ק ויד ימינו פון רבי'ן ז"ל נאכ'ן קריג די ערשטע יארן אין אנטווערפען, און אט די עבוה"ק איז ממשיך בנו הרה"ג ר' יעקב יוסף בנאמנות יתירה ביים רבי'ן שליט"א.
ר' יעקב יוסף אויש איז אויפגענומען געווארן אין די ענדע תש"ס יארן, און זיינע תפקידים איז מער קאנצענטרירט לפני ולפנים בקודש פנימה, דינענדיג אלס דער פערזענליכער שליח פון רבי'ן ביי יעדן ענין אנבאלאנגט עניני הכלל והפרט, הנהגת הקהלה והמוסדות די בכל אתר ואתר, יעדע האקעלע ענין בחצר הקודש וועט דער רבי אים פארטרויען צו גיין בשליחותו און איבערגעבן דעת קדשו.
דאס זעלבע ווען מ'דארף עפעס איבערגעבן פאר די חסידים סיי פאר א רבים און סיי פאר א יחיד גייט עס דורך אים, און ווי אויך טרעט אויף ביי פארשידענע געלעגנהייטן בשליחות הקודש.
אזוי אויך איז ר' יעקב יוסף אויש פון די קוויטל שרייבער ביי קבלת קהל.
אלס גבאי ביי די טישן איז משרת בקודש הרה"ח ר' יעקב מאיר מאנדל, וועלכער איז געווארן אויפגענומען אין מיטעלע תש"ע יארן אלס טיש-גבאי, ער טיילט שריים ביים טיש, שטעלט וויין, רופט אויס די כיבודים, א.א.וו.
אזוי אויך האט ר' יעקב מאיר די ראלע אין ביהמ"ד הגדול אויפצורופן די עליות און די הכרזות פאר'ן גאנצן ציבור. אזוי אויך אין יעדע מאורע און מעמד וואו דער רבי באשיינט בקרב הקהלה והמוסדות, וועט ר' יעקב מאיר מיטקומען און דינען אלס מכריז.
עס דארף אויך דערמאנט ווערן דער לעגענדארער וועטעראן-משב"ק הרה"ח ר' יחיאל האלפערט מוותיקי חסידי פאפא ומיושבים ראשונה במלכות, וועלכער איז געווען דער משב"ק ראשי ביים רבי'ן ז"ל במשך צענדליגער יארן כולן שוין לטובה, און ווי אויך האט ער געדינט אלס משב"ק ראשי אין די ערשטע יארן בשנות הנהגה ביים רבי'ן שליט"א, ווערנדיג געדענקט מיט שעצונג ביים גאנצן ציבור, ווי ער האט זיך אלע יארן אוועקגעגעבן במסירת נפש לשרת בקודש, עפעס וואס ער האלט נאך אן עד היום מיט פארשידענע חזקות וואס ער איז ממשיך לאורך ימים ושנים טובים.
• בחצר הקודש ראחמיסטריווקא •

בחצר הקודש ראחמיסטריווקא פארנעמט די עבודת הגבאות א ספעציעלע עבודה קשה שבמקדש, ווען די געטרייע גבאים רייסן זיך אוועק יומם ולילה אין איינקלאנג מיט די אומאויפהערליכע עבודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער איז כידוע פארטאן מיט די עבודה למעלה מן הזמן, לילה כיום יאיר, אומפאראויסגעזעענע שעות און לאנג פארצויגענע תפלות, און צו דעם אלעם שטייען צו מיט א זעלטענע מסירת נפש'דיגע געטריישאפט די משמשים בקודש.
דער גבאי ראשי איז הרה"ח ר' יעקב אורי, וועלכער שטאמט פון דורי דורות ראחמיסטריווקא חסידים, וחבה יתירה נודעת לו, זייענדיג דעם רבי'נס ערשטע געשוויסטער-קינד, אן אייניקל פונעם רבי'נס זיידע הגה"צ ר' סענדר אורי זצ"ל.
ר' יעקב אורי האט אנגעהויבן די עבודת הקודש קורצליך נאך די חתונה, ווען ער האט זוכה געווען לשרת בקודש ביי הרה"ק ר' ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל, און שפעטער נאכ'ן הסתלקות האט אים דער רבי שליט"א ווייטער מיטגענומען אלס נאמן ביתו, וואו ער איז צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט פונעם לעגענדארער משב"ק הרה"ח ר' מרדכי אשר קופערמאן ז"ל בכל לב ונפש.
שפעטער נאך די פריצייטיגע פטירה פון ר' מרדכי אשר איז ר' יעקב אויסגעקליבן געווארן אלס גבאי ראשי, און זינט דאן לא זזה ידו מתוך ידו פונעם רבי'ן, און רוב שעות פון טאג איז ער יושב בבית המלך.

בעיקר איז אבער ר' יעקב אורי'ס עבודת הגבאות אין די נאכט-שעה'ן, זיין משמר הייבט זיך אן נאך מנחה, און ציט זיך ביז נאך מעריב, וואס ביים רבי'ן באדייט דאס שוין ביים עלות השחר. שוין 20 יאר וואס ר' יעקב אורי איז מנדד שינה מעיניו און באדינט געטריי דעם רבי'ן במשך אלע שעות הלילה עד אור הבוקר.
במשך די גאנצע נאכט איז ר' יעקב אורי ממונה אויף אלע תפקידים, הייבט אויף טעלעפאנען פאר הזכרות, שרייבט קוויטלעך, און באדינט דעם רבי'ן מיט וואס ס'פעלט זיך נאר אויס.
אזוי אויך איז ר' יעקב משמש דעם רבי'ן ביי די טישן, שטעלט וויין, פארט מיט אויף נסיעות, און אזוי ווייטער איז ער משרת בקודש בכל צעד ושעל.
ביים עלות נעמט איבער דער צווייטער גבאי, הרה"ח ר' שמואל שטיינער, וועלכער האט דעם משמר הגבאות דעם אנדערן האלבן מעת לעת, וואס נעמט אריין די שעות פון עלות השחר ביז מנחה, וואס קומט אויס שוין שפעט נאכמיטאג בעיתותי לילה.
ר' שמואל שטיינער איז א געטרייער גבאי וועם מ'זעט נישט קיין סאך, ער פירט אויס זיינע תפקידים שטיל און באשיידן, און ער איז באזונדער שטארק איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן מיט'ן אויספירן פריוואטע שליחות'ער מיט וואס דער רבי פארטרויעט אים מיט א סמכות יתירה. אזוי אויך איז ר' שמואל ממונה אויף די סנדקאות'ער און תפילין-לייגנס.
ווי אויך איז עומד לשרת דער געטרייער גבאי הרה"ח ר' מרדכי גוטפארב, א זון פון אחד מחשובי החסידים, הרה"ח ר' בנציון גוטפארב, וועלכער איז געווען מנאמני הבית נאך ביים רבי'ן ז"ל.
ר' מרדכי פירט אן מיט די פריוואטע צדקות פונעם רבי'ן, וואס ווי באקאנט פארטיילט דער רבי סכומים הגונים פאר נצרכים אינעם גאנצן מעגל השנה, און ר' מרדכי פירט אן די קאסע און ערמעגליכט דעם רבי'ן אנצוגיין מיט די אלע צדקות.
ר' מרדכי שטייט אויך צו מיט די עבודת הגבאות ווען עס פעלט נאר אויס, סיי ביי די טישן, און סיי ביי די קבלת קהל, און ער פארט אויך מיט מיט'ן רבי'ן אויף נסיעות. ווי אויך דינט ר' מרדכי אלס דער באליבטער משמש נאמן אינעם ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא ירושלים.

א שוואגער פון ר' מרדכי, הרה"ח ר' אבא חזן, איז אויך פון די געטרייע נאמני הבית, ער איז בעיקר געשטעלט אויף אויפצוגעבן די מאכלים ביי די טישן, און שטייט צו מיט אלע סארט הילף וואס פעלט זיך נאר אויס בבית המלך.
די פאזיציע פון א "דרייווער" עקזיסטירט נישט אין ראחמיסטריווקא, נאר יעדעס מאל דער רבי דארף ערגעץ פארן, וועלן די גבאים זיך פארבינדן מיט יונגעלייט פון די חסידות וואס כאפן מיט ביידע הענט די זכי' צו קענען פירן דעם רבי'ן.
• בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק •

בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז דער משב"ק ראשי הרה"ח ר' רפאל צבי פאר, וועלכער איז שוין רבות בשנים עומד ומשמש ביים רבי'ן שליט"א מיט א התמסרות נפלאה, צושטייענדיג ליד ימין קדשו בכל עת וזמן, מיט אלעם וואס פעלט זיך נאר אויס למען נפש צדיק.
אנגעהויבן פון די בראשית יארן האט ר' רפאל צבי געהאט אלע תפקידים ביים רבי'ן אין שטוב, און ברבות השנים ווען די חסידות האט זיך בליעה"ר שטארק צעבליעט, איז ער בעיקר אחראי אויף די קוויטלעך, קבלת קהל, און הזכרות דורכ'ן טעלעפאן. אלס בחור האט נאך ר' רפאל צבי געהאט די זכיה משמש צו זיין אין שטוב פון הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל.
דער צווייטער משב"ק איז הרה"ח ר' דוד ראטה, וועלכער איז אחראי אויפ'ן רבי'נס שטוב, ער געפינט זיך אלע שעות במחיצתו פונעם רבי'ן און באדינט מיט וואס ס'פעלט זיך אויס, סיי ביי די טישן און תפילות און באגלייט צו מעמדים, און איז אויך עומד לשרת דעם ציבור ביי די קבלת קהל, ברענגענדיג א סך הכל אז ער געפינט זיך ממש 24 שעה אין טאג ביים רבי'ן.
ר' דוד איז אויך דער עומד בראש ווען עס קומט צו די שמחות און מעמדים אין הויף, און איז דער מוליך ומביא וועלכער גיבט איבער די הודעות און הוראות הקודש פונעם רבי'ן פאר די חסידים. באזונדער האט דער רבי שליט"א געשטעלט ר' דוד'ן אלס דער אחראי אויף די הוצאת דברי אלוקים חיים, און אלע כותבים אינעם הויף זענען געשטעלט דורך אים.

דער גבאי ביי די טישן איז הרה"ח ר' שאול ארי' איינהארן, זייענדיג אחראי אויף די מאכלים, אריין און ארויס, און באזונדער איז דא דער ממונה אויפ'ן וויין-שטעלן, הרה"ח ר' מרדכי בראנדמארק.

אין די לעצטערע יארן איז נתמנה געווארן א ספעציעלער גבאי אויף אלע עניני רפואה ביים רבי'ן, הרה"ח ר' דוד שישא.
ר' דוד געט זיך אפ מיט זיין אויסערגעווענליכע עקספערטיז און געטריישאפט מיט'ן רבי'נס מצב הבריאות, ווען ער האט לימינו עטליכע אייניקלעך ביים רבי'ן, ובראשם הרב אברהם יחיאל לעמבערגער, וועלכער איז זיך מוסר נפש פאר'ן רבי'נס געזונט, מיט די פארצווייגטע עניני רפואה ועסקנות.

ועל כולם איז עומד ומשמש דעם רבינ'ס בן זקונים הרה"צ ר' בעריש קאהן, וועלכער איז אויפגענומען אלס נאמן בית זייט דעם רבי'נס חולשה מיט אריבער צען יאר צוריק, בשנת תשע"ה, און זינט דאן רירט ער זיך נישט אוועק פון רבי'נס קלאמקע, מיט אן אומבאגרייפליכע מסירת נפש שטייט ער בראש אלס אחראי אויפ'ן רבי'נס שטוב, און שטייט לימין קדשו בכל הענינים.

באזונדערע גבאים זענען געשטעלט בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק, צו באדינען דעם רבי'ן כשהמלך בשדה, ווען דער רבי געפינט זיך מחוץ לירושלים.
דער גבאי אין "בית שמש" איז הרה"ח ר' חיים אורי פרענקל.
דער גבאי אין "הר יונה" איז הרה"ח ר' שלמה בערלין דער עסקן הדגול לכל קדשי תולדות אברהם יצחק אינעם אויפבליענדן ישוב אין הר יונה.
דער גבאי אין "ביתר" איז הרה"ח ר' חיים מאיר דעבלינגער.
באזונדער ווערט דער רבי באדינט דורך א קבוצה פון בחורים, וואס געבן זיך אוועק מיט פארשידענע צוגעטיילטע תפקידים, ווען בראשם דינט דער אפיציעלער הויז-בחור ביים רבי'ן אין שטוב.
• בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג •

בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג דינט אלס גבאי ראשי בקודש פנימה, הרה"ח ר' מאיר ראזענפעלד, אן אייניקל פונעם לעגענדארער משב"ק בבית וויזניץ מאנסי הרה"ח המפואר ר' יעקל ראזענפעלד ז"ל.
ר' מאיר איז געטריי איבערגעגעבן בכל צעד ושעל שטייענדיג גרייט בכל עת ועונה צו באדינען דעם רבי'ן און אלעס ארום אנבאלאנגט דעם חצר הקודש.
ר' מאיר האט אנגעהויבן די עבוה"ק נאך 25 יאר צוריק, נאך פון ווען דער רבי האט געדינט אלס אב"ד ק"ק וויזניץ וויליאמסבורג, האט ער שוין דאן אנגעהויבן משמש זיין דעם רבי'ן, און שפעטער ווען דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת, איז ער אויפגענומען געווארן ממשיך צו זיין מיט די עבוה"ק.
ר' מאיר איז דער מוליך ומביא און פירט אויס אלע שליחות'ער פונעם רבי'ן בנאמנות יתירה, און אויך איז ער דער קוויטל-שרייבער ביי קבלת קהל. באזונדער איז ר' מאיר דער מנהל הכולל פונעם וויזניצער כולל אין וויליאמסבורג, וואס ער שאפט ריזיגע סכומים, און דער גאנצער עול ליגט אויף זיינע פלייצעס.
א צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' יואל ווערצבערגער, א ברודער פון די בארימטע גבאים בבית וויזניץ, הרה"ח ר' יעקב אהרן און הרה"ח ר' בנימין. ר' יואל איז אויפגענומען געווארן ווען דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת, און זינט דאן באדינט ער דעם רבי'ן מיט א מסירה נפלאה, ער איז עומד ומשרת ביי קבלת קהל, באגלייט צו שמחות, נעמט אויף הזכרות, א.ד.ג.
די קביעות'דיגע דרייווערס ביים רבי'ן זענען די צוויי דערמאנטע גבאים, ר' מאיר ראזענפעלד און ר' יואל ווערצבערגער, וועלכע טיילן זיך איין מיט'ן תפקיד צו פירן דעם רבי'ן מיט'ן קאר.
ביי די טישן זענען אקטיוו צוויי נאמני בית, הרה"ח ר' ישעי' מאיר ניימאן בדחנא דמלכא אין וויזניצער הויף, און הרב חיים מאיר פוקס מנהל ת"ת וויזניץ וויליאמסבורג, וואס זיי טיילן שריים פאר'ן ציבור.
אין רבי'נס שטוב גופא קומען נישט אריין קיין גבאים, און אויך איז נישטא אין וויזניץ וויליאמסבורג אן אפיציעלער הויז-בחור.
• בחצר הקודש דאראג •

בחצר הקודש דאראג איז דער גבאי ראשי הרה"ח ר' אליעזר שפיטצער, וועלכער איז עומד על משמרתו מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט לשרת בקודש.
די נאנטשאפט פון ר' אליעזר ביים רבי'ן גייט צוריק קרוב צו א יובל יאר צוריק, ווען ער האט ארויסגעשיינט אלס תלמיד חביב פונעם רבי'ן, ווען ער האט מרביץ תורה געווען אין די טשעבינע ישיבה, ווען ער האט שוין דאן אנגעקניפט א קשר אמיץ, און אויך שפעטער ווען דער רבי האט מרביץ תורה געווען אין אנדערע פארשידענע ישיבות, איז ר' אליעזר ווייטער צוגעשטאנען לימינו לעזר ולמעש בהרבצת התורה.
זינט דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת מיט איבער 30 יאר צוריק, האט דער רבי אים ממנה געווען אלס אפיציעלער משב"ק, און איז מאז ועד אתה זיין איש סודו ויד ימינו, זייענדיג דער איינציגסטער משב"ק וואס האט אלעמאל רשות כניסה לחדרי המלך פנימה, און געפינט זיך רוב שעות פון טאג ביים רבי'ן אין שטוב.
ר' אליעזר איז משמש בקודש במלוא מובן המלה, זיך אפגעבנדיג אויף טריט און שריט בקודש פנימה, און דערצו טוט ער משמש זיין דעם רבי'ן מיט געוויסע חלקים ביי די תפילות און טישן, און ווי אויך טראגט ער אריין הזכרות און שאלות פונעם ציבור.
ר' אליעזר דינט פיל מער ווי בלויז א טעכנישן גבאי, און ווערט באטראכט ביי די חסידים אלס א געהויבענע רוחניות'דיגע פערזענליכקייט, בפרט איז רבי אליעזר באקאנט אלס א'ידא אריכתא פונעם רבי'ן שליט"א, און די חסידים טוען זיך מיט אים כסדר דורכרעדן עצה ותושיה אין פילע ענינים, זייענדיג באקאנט מיט זיין שכל הישר און מלוא חפניים הדרכות וואס ער האט מקבל געווען פונעם רבי'ן שליט"א במשך השנים.

ומשנהו בדומה לו איז משרת בקודש דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' יהושע צבי פרייזלער, וועלכער ציילט זיך פון די ערשטע תלמידים פונעם רבי'ן, און ווען דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת, האט ער זוכה געווען אריינצוקומען בהיכל המלך. ער האט א משמר פון עטליכע באשטימטע שעות אין טאג ווען ער באדינט דעם רבי'ן, דינט אלס קוויטל-שרייבער, און אויך באדינט ער ביי די טישן מיט'ן וויין-שטעלן, באגלייט דעם רבי'ן צו שמחות און נאך.
ר' יהושע צבי איז באשאנקען מיט א כח הדיבור והסברה, און זייענדיג מלא וגדוש בתורה וחסידות, איז ער דער ראש המדברים ביי אלע צענטראלע מאורעות בחצר הקודש, וואו ער געט איבער די דיעות והשקפה ברורה באורחות החיים והחסידות.
ווי אויך דינט אלס גבאי הרה"ח ר' ישראל מאיר בענעדיקט, וועלכער איז אויך משמש דעם רבי'ן טייל פונעם שעות במשך דעם טאג, און ביי מעמדי קודש ווען עס פעלט זיך אויס, אויך גיט ער זיך אפ מיט פארשידענע עניני הציבור והקהלה, ובפרט איז ער דער אחראי אויפ'ן "קרן הבנין" פונעם ביהמ"ד הגדול דחסידי דאראג.

די לעצטערע יארן איז צוגעקומען א פרישער כח ביים רבי'ן אין שטוב, הרה"ח ר' אהרן שפוטץ, אויך פונעם רבי'נס ערשטע תלמידים אין טשעבין. כאטש ער האט שפעטער נאך די חתונה געוואוינט אין מאנטרעאל, האט ער אלע יארן אנגעהאלטן דעם קשר ודביקות מריחוק המקום, און אלעמאל ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל בצל הקודש, האט ער געהאט דעם תפקיד צו זיין דעם רבי'נס דרייווער.
מיט עטליכע יאר צוריק האט ר' אהרן זיך געצויגן אויף ארץ ישראל, און איז אויפגענומען אלס משב"ק, ער געפינט זיך אסאך אין רבי'נס שטוב און ערלעדיגט וואס עס פעלט זיך אויס, און ווי אויך איז ער דעם רבי'נס דרייווער פון צייט צו צייט.
דעם רבי'נס קביעות'דיגער דרייווער איז הרה"ח ר' יחיאל בענעדיקט, וועלכע האלט שוין אן דעם תפקיד צענדליגער יארן.
• בחצר הקודש לעלוב ארה"ב •

בחצר הקודש לעלוב אין בארא פארק ווערט די עבודת הקודש פון גבאות ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אפערירט דורך א זעלטענע צוגאנג, ווען נישט א צווייטער ווי דעם רבי'נס יונגסטער ברודער דער מלהיב לבבות ישראל הרה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א פון לאנדאן, דינט אלס דעם רבינס יד ימינו, און אויף אים פארלאזט זיך אחיו הגדול דער רבי שליט"א בכל דבר קטן וגדול אינעם חצר הקודש.
כאטש רבי שמעלקא איז איתן מושבו אין לאנדאן, איז אבער עינו ולבו פרוסה קיין בארא פארק, וואו ער איז בכל עת וזמן פארבינדן צום ברודער דער רבי שליט"א, און אלע החלטות וועט דער רבי איבערגעבן פאר אים, און ער וועט דאס אלעס אויספירן און צושטאנד ברענגען מריחוק מקום.
ווי אויך קומט רבי שמעלקא צו פארן צום ברודער דער רבי שליט"א מסתופף זיין אין די ימים טובים, און דאן באדינט ער בפועל דעם רבי'ן, זייענדיג אן ערהאבענע מחזה צו זען דעם ביטול גמור ווי אזוי ער איז משמש לאותו צדיק כעבדא קמי' מרא.
אזוי אויך ביי די לענגערע נסיעות וואס דער רבי פארט קיין ארץ ישראל, וואס איז אמאל געווען מער אפטער, פארט רבי שמעלקא מיט, ער קומט קיין אמעריקע אפנעמען דעם רבי'ן, און באגלייט אים מהחל ועד כלה, שטייענדיג צו זיין רעכטע האנט מיט אלע באדערפענישן
דער טאג-טעגליכער משב"ק בקודש פנימה איז הרה"ח ר' ברוך וויינבערגער, וועלכער געט זיך אוועק מיט א מסירת נפש צו שטיין ליד ימין קדשו פונעם רבי'ן וואס רעכט אפ א למעלה-מן-הזמנ'דיגע עבודת הקודש לילות כימים.
ר' ברוך איז עומד ומשרת ביי די טישן, גרייט אן אלע מאכלים און דערלאנגט עס צום רבי'ן, און אויך איז ער ממונה ביי די זעלטענע קבלת קהל בביתו נאוה קודש וואס קומט פאר אין אומגעוועליכע צייטן בין יום ולילה
א צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' שלמה זלמן ברילל וואס באדינט מיט א געטריישאפט דעם רבי'ן, ער פירט אויס אלע זיינע שליחות'ער בנאמנות, באגלייט דעם רבי'ן צו שמחות, א.ד.ג

די טעלעפאנישע הזכרות ביים רבי'ן גייט צו אויף אן אייגנארטיגן פארנעם, אנדערש ווי אלע אנדערע חצרות, נעמט דער רבי אויף פערזענליך די הזכרות דורכ'ן טעלעפאן, אן א גבאי אינצווישן.
מ'קען פערזענליך אריינקאלן צום רבי'ן אין שטוב, מ'לאזט אריין א מעסעדזש, און דער רבי הערט על פי רוב די מעסעדזשעס בשעת מעשה, און אויב וועט ער נישט פארשטיין עפעס קלאר אדער וועלן איבערפרעגן, וועט ער אויפהייבן דעם טעלעפאן און אויספרעגן פונקטליך די שאלה, און געבן ברכת קדשו ועצתו אמונה
אין די תקופה וואס דער רבי וויילט אין ארץ ישראל, איז באשטימט דארט באזונדערע גבאים, בנוסף צום רבי'נס ברודער הרה"צ ר' שמעלקא, ה"ה הרה"ח ר' מאיר העניג און הרה"ח ר' ברוך יאקבאוויטש, וואס זיי אראנדזשירן די טעכנישע פרטים פון די נסיעה, און אויך באגלייטן ביי מעמדים און שמחות אין ארץ ישראל.
• בחצר הקודש סקווירא בארא פארק •

בחצר הקודש סקווירא אין בארא פארק, זענען עומד המשרת די דריי געטרייע משמשים בקודש, הרה"ח ר' יעקב יחזקי' האפפמאנן הי"ו, הרה"ח ר' שלמה זלמן קאלאדני הי"ו און האברך החשוב ר' מנחם האפפמאנן הי"ו.דער גבאי הרה"ח ר' שלמה זלמן קאלאדני הי"ו וואס איז נאך געווען דער גבאי נאמן ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ, שטייט ווייטער גרייט צו באדינען דעם רבי'ן בכל עת ובכל זמן און ווערט פאררעכענט אלס יד ימינו ואיש סודו פונעם רבי'ן שליט"א. ער טראגט די אויפגאבע פון אלעס אנבאלאנג דעם רבינ'ס שטוב, אנגעהויבן פון מסדר זיין קבלת קהל, שרייבן די קוויטלעך, אנפירן מיט די כיבודים ביי די טישן און מאורעות ביז'ן באגלייט דעם רבי'ן אויף יעדן פלאץ.
ווי ברייט באקאנט איז דער סקווירא רבי זצ"ל געווען א יחיד מומחה בדורו בעניני רפואה און האט ארויסגעהאלפן צענדליגע טויזענטער אידן בעת צר. סוף ימיו ווען דער רבי ז"ל האט געליטן פון א סטראוק ל"ע און ס'איז אים אנגעקומען שווער צו רעדן און עוסק זיין בצרכי רפואה, איז ר' שלמה זלמן צוגעשטאנען לימין קדשו, זייענדיג דער איש קשר צווישן דעם רבי'ן און די דאקטוירים. די אויפגאבע טוט ר' שלמה זלמן אנהאלטן ביזן היינטיגן טאג, זייענדיג דער מוליך ומביא צווישן דעם רבי'ן שליט"א מיט דאקטוירים און שפיטעלער איבער די וועלט, וואס ווי באקאנט טוט האדמו"ר מסקווירא מב"פ עוסק זיין ארויסצוהעלפן אידן בעיניני רפואה.
ר' שלמה זלמן האט אלס בחור געלערנט אין ישיבת בית יצחק סקווירא אין ב"פ און דאן אנגעקניפט א נאנטן קשר מיטן סקווירא רבי'ן זצ"ל וועלכע האט אים ארויסגעוויזן א חיבה יתירה. אין זיינע בחורישע יארן איז ער אויפגענומען געווארן אלס 'הויז בחור' ביים רבי'ן אין שטוב, און זינט דאן לא זז ידו מתוך ידו, שטייענדיג געטריי לימין קדשו אין יעדן געלעגנהייט. נאך זיין חתונה איז ר' שלמה זלמן אויפגענומען געווארן אלס אפציעלע משב"ק, און האט באדינט דעם רבי'ן ז"ל אלע יארן מיט אן אויסערגעווענליכע געטריישאפט, בפרט בשנותיו האחרונות פונעם רבי'ן ז"ל, ווען ער האט זיך מוסר נפש געווען ארויסצוהעלפן אויף טריט און שריט.
ומשנהו בדומה לו, דער געטרייער משב"ק ר' יעקב יחזקי' האפפמאנן הי"ו דינט שוין אלס גבאי איבער פערציג יאר כולן שוין לטובה, האבענדיג די זכיה משמש צו זיין בגבאות ביים רבי'ן ז"ל לאנגע יארן און איז ווייטער משמש בקודש ביים רבי'ן שליט"א. ר' יעקב יחזקיהו ני"ו האט נאך געהאט די זכיה צו דינען אלס משמש בקודש ביי הרה"ק מריבניץ זי"ע און ביי הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע, ביי וועמען ער האט גענאסן א קירבה יתירה.

אין די תש"מ יארן, נאכדעם וואס ער האט געדינט אלס מענדזשער אין די סקווירא קעמפס, איז ער נתקרב געווען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל און ער איז אויפגענומען געווארן צו דינען אלס גבאי ביים רבי'ן לשרת בקודש עד היום הזה. ר' יעקב יחזקיהו האט אלע יארן געטריי באדינט דעם רבי'ן ז"ל און בפרט בשנותיו האחרונות ווען ער האט געדארפט צוקומען צו שטענדיגע הילף, איז ר' יעקב יחזקי' צוגעשטאנען לימין קדשו און באדינט מיט א זעלטענע איבערגעגעבנקייט.
ר' יעקב יחזקי' רירט זיך נישט אוועק פונעם רבי'ן און באגלייט דעם רבי'ן ביי אלע געלעגנהייטן, ביי שמחות און מאורעות און דאס גלייכן. אזוי אויך שטייט ר' יעקב יחזקיהו גרייט יעדן צופרי און באגלייט דעם רבי'ן צו שחרית און איז שפעטער משמש בגבאות אויך אין די צופרי שעות. ער איז באקאנט מיט זיין צוגעלאזנקייט צו יעדן איינעם און פירט אויס זיין אויפגאבע מיט א נאמנות יתירה.
אין די לעצטערע יארן איז אויך ארייגענומען געווארן אין די עבודת הגבאות הרה"ח ר' מנחם האפפמאנן הי"ו, וועלכע דינט אויך אלס מענעדזשער פון די סקווירא קעמפס אין די קעטקילס. ר' מנחם האט אנגעהויבן משמש זיין דעם רבי'ן שליט"א זייענדיג דער הויז בחור און האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע אויך נאך די חתונה.
ר' מנחם האט די זכיה צו סערווירן דעם רבי'ן ביי די טישן און באגלייט דעם רבי'ן ביי אלע שמחות, מאורעות, באזוכן און דאס גלייכן. אזוי אויך איז ער עומד בראש מסדר צו זיין אלע שמחות, מאורעות און נסיעות בחצר הקודש מיט א זעלטענע געטריישאפט, און איז דער בריח התיכון פון אלעס ארום דעם רבינ'ס הויף.







תגובות