top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חלק א' • חוה"מ סוכות תשפ"ד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 2 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 9 דקות

עודכן: 26 באוק׳ 2024

מיט פרייד טוט 'בחצרות הקודש' פארשטעלן פאר אונזערע צענדליגער טויזענטער ליינער די געשעענישן פון יאר, די הויפט און צענטראלע געשעענישן, סיי אויף א כלליות'דיגע פארנעם איבער די אידישע און חסידישע וועלט, און סיי פון יעדע חסידישע הויף באזונדער.


אינעם ערשטן טייל פראיעקט שטעלן מיר פאר די הויפט געשעעניש פון יאר וואס האט אריינגענומען די גאנצע חסידישע וועלט בכל מקומות מושבותיהם. מארגן נאכט חול המועד וועלן מיר פארשטעלן א רייע צענטראלע געשעענישן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די חסידישע וועלט דורכאויס די יאר. און צום דריטן טייל וועלן מיר בעז"ה ברענגען די געשעענישן פון יאר אין יעדע חסידישע הויף באזונדער, וואס האט ביי זיי פארנומען דעם אויבן אן דורכאויס די יאר.

מונטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree
ree

'הויפט געשעעניש פון יאר'

עיני עמך בם תלויות, ועיניהם לך מיחלות.

ויזעקו אל ה' בצר להם, וממצוקותיהם יושיעם

ישלח דברו וירפאם, וימלט משחיתותם


עס לאזט זיך זאגן גרינג, אז די הויפט געשעעניש פון די יאר איז געווען די אפענע אויגן וואס כלל ישראל האט געהאט צו די מנהיגי ישראל, אידישע קינדער האבן נאכגעקוקט בשלום רבם, ארויסגעקוקט אויף די געזונט פון די צדיקי הדור, און מתפלל געווען פאר זייערטוועגן, למען יאריכו ימים על ממלכתם, ווען כמעט ביי יעדע פאל האט זיך גאר שטארק דערקענט די חסד השם, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן ווי תפילות ישראל עושה רושם, און א ישועה איז גע'פועל'ט געווארן מיט א שלימות'דיגע מערהייט.


רובא דרובא פון שנת תשפ"ג, האט כלל ישראל איינגעריסן וועלטן פארן זקן צדיקי הדור כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, טראץ וואס עס שפירט זיך שוין היינט די שרעקליכע יתמות געפיל ווען דער רבי געפונט זיך שוין נישט בתוכינו איבער א חודש צייט, דאך געדענקט מען גוט די לעכטיגע צייטן, די בענקשאפט און געגועים של אהבה וקדושה ווען כלל ישראל האט אזוי שטארק ארויסגעקוקט אויף א רפואה שלימה ביים רבי'ן, אידישע קינדער האבן מתפלל געווען מעומק לבם, און איינגעריסן וועלטן מען זאל נאך קענען הנאה האבן פון דעם צדיק יסוד עולם.


למעלה מדרך הטבע, האט די דור געהאט די זכיה צו האבן דעם רבי'ן פאר נאך א לאנגע תקופה, טראץ וואס עטליכע מאל האט די מצב אויסגעזעהן שמאל, האט דער רבי באשיינט אונזער דור מיט זיין עצם אנוועזנהייט, כמעט די גאנצע יאר, און אזוי אויך האט מען עטליכע מאל געהאט די זכיה לחזות בנועם צורת קדשו, און א בליק טאן אויף דעם הייליגן צדיק, צו ווען דער רבי איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין די ספעציעל גלאזערנע צימער ביי פארשידענע מעמדים דורכאויס די יאר, צו ביי די מעמדי החופות במעון קדשו ברחובה של עיר בארא פארק במעמד אלופי אלפי ישראל.

ree

*

חודש ניסן האט די גאנצע חסידישע וועלט ארויסגעקוקט מיט זארג קיין ירושלים עיר הקודש, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריבער א שווערע מעדיצינישע דורכגאנג, נאכפאלגענדיג מיט א קאמפליצירטע אפעראציע ביום ערב שביעי של פסח אין די הדסה שפיטאל, אין די צייט ווען גאנץ כלל ישראל בכלל און טויזענטער חסידי בעלזא בפרט האבן איינגעריסן לרפואתו.


לענגערע וואכן איז דער רב געווען פארשפארט אין צימער און מען האט נישט געקענט אריינגיין זיך וואונטשן, נאך מערערע אונטערזוכונגען איז דער רב שליט"א אריבער פארשידענע מעדיצינישע פראצעדורן צו פארגרינגערן די מצב הבריאות, וואס האט זיך ב"ה געקרוינט מיט גרויס הצלחה. שטייענדיג אצינד נאך א געהויבענע ימים נוראים שרייט זיך ארויס רגשי שבח והודאה פון אלפי חסידי בעלזא בכל מקומות מושבותיהם, זעענדיג די אפענע ישועה למעלה מדרך הטבע, ווען דער רב שליט"א גייט אן מיט די עבודת הקודש מיט אן עזות דקדושה.

*

חודש שבט האט כלל ישראל מתפלל געווען לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות החרדית בארץ הקודש, דער ויזניצער רבי איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן קאפ, וואס האט געברענגט גרויס זארג און אנגסט ביי כלל חסידי ויזניץ ברחבי תבל און איבער די גאנצע וועלט.


העכער אלע ערווארטונגען איז דער רבי שליט"א צוריקגעקומען צו די כוחות נאך מער ווי פריער, טראץ וואס די דאקטוירים האבן פאראויסגעזאגט שווערע צייטן האט דער רבונו של עולם באוויזן אפענע נסים איבער אלעם, און דער רבי שליט"א גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש מיט א זעלטענע פרישקייט.


דערביי איז וויכטיג צו דערמאנען די פארלאפענע עשרת ימי תשובה, ווען חסידי ויזניץ האבן מתפלל געווען לרפואת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א פון מרכז, וועלכער איז אריבער א מעדיצינישע פראצעדור אויפן הארץ, און ערהוילט זיך מיטן אויבערשטנס הילף בביתו נאוה קודש.

ree

*

חודש אייר האט די יהדות הנאמנה מתפלל געווען און איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה פונעם זקן המשגיחים מרן הגאון הגדול רבי משה וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל און לאנגיעריגער משגיח אין ישיבה תורה ודעת. דער משגיח שליט"א וועלכער איז שוין נאנט צו די הונדערט יאר בליעה"ר, איז געלעגן על ערש דוי אין א קריטישע מצב, ווען די דאקטוירים האבן שוין געקלערט פון הייבן הענט רח"ל. אבער א דאנק תפילות ישראל האט מען געזעהן אפענע ישועות, ווען דער משגיח שליט"א איז צו אלעמענס וואונדער באפרייט געווארן פון שפיטאל, און גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש טראץ זיין הויכן עלטער און שוואכע כוחות.

ree

*

עיני עמך בם תלויות ועיניהם לך מיחלות, האט זיך ארויסגעשריגן פון יעדע אידיש הארץ ביים הערן די ווייטאגליכע בשורה איבער די ביטערע מחלה ה"י וואס מען האט געטראפן ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מגדולי צדיקי דורינו, דער רבי שליט"א איז אריבער א סעריע באהאנדלונגען און שפירט זיך שוין אצינד אסאך בעסער ב"ה, א דאנק די תפילות וואס אידישע קינדער האבן מתפלל געווען, און זענען נאך אלס מתפלל לרפואתו השלימה, און די טויזענטער קבלות טובות וואס האט אויפגערודערט א וועלט.

ree

די עולם התורה והישיבות האט מיט גרויס זארג אויפגענומען די בשורה אז הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ומזקני ראשי הישיבות, איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י. דער ראש ישיבה איז אנהייב יאר קראנק געווארן, און איז אריבער באהאנדלונגען אין ארץ ישראל, ווען מיט זיינע לעצט פארבליבענע כוחות איז ער ווייטער געקומען אין ישיבה מרביץ תורה זיין און פארלערנען שיעורים. שטייענדיג אצינד ביים ענדע יאר זעט זיך ב"ה אן א שטארקע פארבעסערונג אינעם געזונט צושטאנד פונעם ראש הישיבה, ווען די תלמידים זענען ווייטער מתפלל לרפואתו.


דאס זעלבע איז געווען אין אמעריקע ווען די עולם התורה והישיבות האט מיטגעהאלטן מיט זארג די שווערע געזונט צושטאנד ביים זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילאדעלפיע, וועלכער האט ליידער געליטן א סטראוק ה"י, און איז געלעגן אין שפיטאל פאר לענגערע וואכן.


טראץ זיין גאר הויכע עלטער זייענדיג נאנט צו די הונדערט יאר, האט זיך דער ראש ישיבה ערהוילט ב"ה, און גייט ווייטער אן מיט זיין עבודה צו מרביץ תורה זיין און ארויסהעלפן אידישע קינדער ברוחניות ובגשמיות.

ree

דער ראש ישיבה אויף א באזוך אין ישיבה תיכף נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל

*

חול המועד פסח איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בארא פארק אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע אינפעקציע, עטליכע וואכן דערויף איז דער רבי אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן רוקן וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט הצלחה, און דער רבי שפירט שוין אסאך בעסער ב"ה.

ree

די ספינקא רבי שליט"א ביי קידוש לבנה נאכן אהיימקומען פון שפיטאל

*

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז דורכאויס די פארלאפענע יאר עטליכע מאל אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר פארשידענע מיחושים, גאר שווער איז געווען אנהייב חודש אלול ווען דער רבי איז געלעגן אין שפיטאל על ערש דוי ווען די דאקטוירים זענען ערנסט באזארגט איבער דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד. שטייענדיג אצינד נאך די ימים הנוראים טוען חסידי תולדות אברהם יצחק אפגעבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אז מ'האט געהאט די זכיה מיטצולעבן געהויבענע ימים טובים בצל הקודש, און אין די זעלבע צייט איז מען ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן.

ree

אזוי אויך איז כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה, עטליכע מאל דורכאויס די יאר אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב פארשידענע קראנקהייטן, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואת כ"ק מרן רבי משה בן רייזל השם יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.

*

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א האט פארלאפענעם א' סליחות געליטן א לייכטע סטראוק רח"ל, דער רבי איז געווען עטליכע טעג אין שפיטאל ווען די חסידים האבן מתפלל געווען לרפואתו, און ב"ה אז דער רבי איז שוין אינדערהיים און ערהוילט זיך בסייעתא דשמיא.

ree

די לענעקס הילל שפיטאל דיירעקטער דר. בעקעראון אויף א באזוך ביים רבי'ן שליט"א אין זיין שפיטאל צימער

*

אין איינער פון די חנוכה נעכט איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא ב"פ שליט"א צוזאמגעפאלן רח"ל ליידענדיג פון א הארץ אטאקע, דער רבי איז אריינגעפארן אין שפיטאל וואו מען האט געלייגט פארן רבי'ן א פעיסטמעיקער, און בחסדי השם האט זיך דער רבי ערהוילט.


כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א האט דעם פארגאנגענעם חודש אב געליטן א סטראוק ל"ע, מיט גרויסע נסים איז דער רבי צוריקגעקומען צו די כוחות, און ביים שבת שובה דרשה אויסגענוצט די געלעגנהייט צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים.

ree

כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א פון בארא פארק איז ליידער געווען אין א קריטישע געזונט צושטאנד פארלאפענעם חודש אלול, נאך וואס דער רבי איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י, און איז אריבער א ערנסטע אפעראציע ביום ראש חודש אלול. טראץ וואס די דאקטוירים האבן שוין געהויבן הענט, האט דער הייליגער באשעפער באוויזן וואונדער, און דער רבי געפונט זיך שוין ב"ה אינדערהיים אויף א ווייטערדיגע ערהוילונג.

ree

די רבי שליט"א אויפן וועג אהיים פון שפיטאל פארלאפענעם חודש אלול

*

פארלאפענעם חודש תמוז ווען כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א האט געפראוועט א שבת אין שטאט בית שמש, איז דער רבי פלוצלינג צוזאמגעפאלן אינמיטן די טיש פרייטאג צונאכטס, דער רבי איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו מען האט אריינגעלייגט א פעיסטמעיקער, און מיטן אויבערשטנס הילף גייט דער רבי שליט"א ווייטער אן מיט די עבודת הקודש כבימים ימימה.

די רבי שליט"א אין א פייערדיגע ריקוד נאכן אהיימקומען פון שפיטאל

*

ביום ל"ג בעומר איז דער זקן צדיקי בית רוזין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו מען האט אפערירט דעם רבי'ן אויפן הארץ, געלויבט השי"ת אז דער רבי האט זיך ערהוילט און פירט ווייטער די עדה קדושה על מי מנוחות.


פארלאפענע יאר יום הקדוש איז כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן זיך נישט גוט שפירן, חסידי סלונים האבן מתפלל געווען לרפואתו, און בחסדי השם האט זיך דער רבי ערהוילט.


חודש סיון איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריבער א אפעראציע אין די אסותא שפיטאל אין אשדוד, וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט הצלחה.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע וועלכער איז אריבער לייכטע באהאנדלונגען אין לויף פון די זוממער וואכן, גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש מיט א שטארקייט. אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן וועלכער איז מיט א יאר פריער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י און איז אריבער א סעריע גאר שווערע באהאנדלונגען, ב"ה צוביסלעך צוריקגעקומען צו די כוחות, און געפראוועט דעם ציבור מיט פרישע כוחות בסייעתא דשמיא.


חודש אלול איז כ"ק אדמו"ר מזידטשויב ווערעצקי שליט"א אריבער א סטראוק, פון וואס דער רבי ערהוילט זיך בסייעתא דשמיא.


אין די זעלבע צייט טוט כלל ישראל ווייטער מתפלל זיין לרפואתם פון די גדולי הדור וועלכע געפונען זיך אין א שווערע צושטאנד שוין א לענגערע צייט, מרן הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א משגיח ישיבה ד'לעיקוואד, און מרן הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל, ה' הטוב ירפאם ויחזקם בבריות גופא ונהורא מעליא.


ווי אויך האט מען דאס יאר מתפלל געווען לרפואתם פון בני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בנו הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א, און חתנו הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, וועלכער זענען געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט רח"ל, און געליטן ערנסטע וואונדן פון וואס זיי האבן זיך ב"ה ערהוילט.

ree

אויך די צוויי אייניקלעך פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, עטיל בת בלומא גיטל און שפרה בת צפורה ברכה, וועלכע זענען געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט פארלאפענע יאר חול המועד סוכות, פון וואס איינער האט זיך שוין ב"ה ערהוילט, אבער די אנדערע געפונט זיך נאך ליידער פארשלאפט אין א שווערע צושטאנד.


כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם זענען מתפלל לרפואתם פון די חולי ישראל, און בעטן א הייסע תפילה פאר די גדולי וזקני הדור, יאריכו ימים על ממלכתם מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, און ווייטער קענען משפיע זיין פארן דור ברוחניות ובגשמיות עדי ביאת בן דוד גואלינו במהרה בימינו אמן.

*

דורכאויס די יאר זענען געווען נאך נאך אינטערסאנטע קרישקעלעך

און צענטראלע געשעהנישן וואס איז ווערד צו באצייכענען


חודש אייר האט זיך אנגעהויבן א היסטארישע מלחמה אין וואס אלע גדולי ישראל זענען ארויס קעגן די נייע AI טעכנעלאגישע ערפינדונג, דריגענדע אסיפות הרבנים, און שארפע דרשות און קול קורא'ס האבן זיך געשטעלט אויפן אויבן אן פון כלל ישראל'ס אלע שיכטן און קרייזן.


אזוי אויך אין חודש אייר, זענען שלומי אמוני ישראל אין ארץ הקודש ארויס אין א מלחמת חרמה קעגן די פירערשאפט פון אנדזשעלס בעקעריי, וועלכע האבן פוגע געווען בכבוד התורה פון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל, ווען איינער פון די אייגענטומער האט מוחה געווען קעגן די שטוב פונעם ראש הישיבה. אידישע קינדער האבן זיך אפגעהאלטן פון קויפן ברויט און מזונות פון די בעקעריי, ביז עטליכע וואכן שפעטער ווען די אייגענטומער איז געקומען בעטן מחילה פון די קינדער פונעם ראש הישיבה, שטייענדיג בימי השבעה להסתלקותו.

ree

*

חודש אלול איז איינגעפירט געווארן א נייע תקנה אין די חסידישע חדרים אין שטאט בני ברק, אז די קינדער פון די בר מצוה וואס לערנען נאך אין חדר זאלן גיין אנגעטון מיט קאשקעטלעך, בברכתם ובעידודם פון די אדמור"י העיר.


חודש אדר איז פארגעקומען אן היסטארישע אויפנאמע אין סקווירא שטעטל לכבודה של מלכות פאר די הויכגעשעצטע ספיקער מעקארטי, פון די מאכטפולסטע פערזאנען אין אמעריקע.


דורכאויס די יאר האט ל"ע פאסירט א רייע טראגעדיעס רח"ל, ליידער זענען נאך אידישע קינדער געהארגעט געווארן על קידוש שמו יתברך, ווען בייזוויליגע טעראריסטן האבן דורכגעפירט א רייע אטאקעס אין אלע עקן וועלט. אזוי אויך האט ליידער פאסירט א שווערע טראגעדיע ווען הרב אברהם משה ראבינאוויטש ע"ה אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מביאלא און קאפיטשניץ שליט"א, איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין די שווייצע בערג, געציילטע טעג איידער די שמחת החתונה פון זיין שוועסטער.


א גוטן מועד.

תגובות


bottom of page