משרתי עליון: די משמשים בקודש בבתי האדמור"ים און זייער עבודת הגבאות | ספעציעלער חול המועד פראיעקט
- בחצרות הקודש
- 17 באפר׳
- זמן קריאה 31 דקות
עודכן: 26 במאי

דאנערשטאג ג' דחול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
לכבוד יו"ט פסח תשפ"ה טוט מערכת "בחצרות" פארשטעלן א העכסט אייגנארטיגער און גאר אינטערעסאנטער "משרתי עליון" פראיעקט, וואס טוט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אריינגיין בחדרי קודש פנימה פון די גדולי האדמורי"ם מנהיגי דורינו, און אראפשילדערן דעם גאנצן הלך ילך פון די "משמשים בקודש", די געטרייע משרתי מעלה ועומדים ליד ימין קדשם פון די רועי ישראל, וועלכע שטייען צו בכל עת וזמן מיט א געטריישאפט ליצוק מים על ידם, און אויספירן די תפקידים אין זייער עבודת הקודש און ראלעס מיט'ן באדינען דעם רבי'ן.
דער טיטל "משב"ק" איז מאז ומקדם א רעספעקטירטער און געהויבענער באגריף בקורות החסידות, מ'האט אלץ ארויפגעקוקט און געשעצט די גבאים פון א רבי'ן, וועלכער איז עוסק בנאמנות לעשות רצון קדשו פונעם רבי'ן, און אויספירן זיינע באגערן און שליחות'ער מיט א טראסטבארקייט, און צו דער זעלבער צייט שטייט ער גרייט לעסוק בצרכי ציבור באמונה, שרייבן קוויטלעך און מסדר זיין די קבלת קהל, און אלעס ארום, ווען אפט מאל וועט א גבאי אויך זיין דער וואס העלפט דעם רבי'ן מיט זיינע פארצווייגטע פעולות הקודש בהרבצת התורה והנהגת המוסדות.
שוין עטליכע חדשים וואס די מערכת איז אריינגעטאן צו צאמשטעלן דעם רייכן פראיעקט, צו מהנה זיין די צענדליגער טויזנטער צוהערער לכבוד יום טוב פסח, דער יו"ט וואס סימבאליזירט דעם "ויאמינו בה' ובמשה עבדו", דאס התקשרות פון חסידים צו א רבי'ן מיט א אמונה און התבטלות, וואס די געטרייע גבאי קודש, יעדער מיט זיין ראלע און תפקיד, דינט אלס מוסטער און סימבאל פון הכנעה און התבטלות צו א רבי'ן.
די מערכת האט אריינגעלייגט א גרינטליכע ארבעט מיט'ן זאמלען די קראנטע אינפארמאציע פון די עבודת הגבאות אין יעדן חצר, פונעם הויפט גבאי, ביז'ן אויטא-דרייווער און הויז בחור, און אלעס אינצווישן, און מ'טוט זיך דערביי באדאנקען פאר די חשוב'ע עסקנים און באי ביתם פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א, וועלכע זענען בייהילפיג געווען פאר'ן פראיעקט.
ותם ולא נשלם, דאס איז נאר חלק א' פונעם פראיעקט, און מיר האפן בעז"ה ממשיך צו זיין אין א קומענדיגע געלעגנהייט א פרישע רשימה פון חצרות האדמורי"ם.
אינעם ערשטן טייל, ווערן ארויפגעברענגט די פאלגנדע 14 חצרות הקודש: בעלזא, סקווירא, צאנז, צאנז קלויזענבורג, באיאן, תולדות אהרן, פשעווארסק, מאחנובקא בעלזא, אמשינוב, סלאנים, וויזניץ לאנדאן, קאלוב, מונקאטש, ספינקא.
• בחצר הקודש בעלזא •

דער משב"ק ראשי איז הרה"ח ר' אליעזר ווינד, וועלכער איז עומד הכן מיט א מסירה נאמנה בכל עת ובכל שעה ליד ימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לשרת בקודש מיט אלע סארט תפקידים לעשות רצון צדיק און בכלליות אין די פארצווייגטע הייליגע אימפעריע פון חצר הקודש בעלזא.
ר' אליעזר איז א בעלזער חסיד פון דורי דורות, זיין פאטער הרה"ח המפואר ר' הלל ווינד ז"ל איז געווען פון די פארצייטישע "יושבים" אין בעלזא, און נאך דער קריג האט ער זוכה געווען צו ווערן א משב"ק ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע, ווערנדיג ביז'ן היינטיגן טאג דערמאנט מיט נאסטאלגיע ביי חסידי בעלזא אלס איינער פון די געטרייע גבאים ביים רב ז"ל.
ר' אליעזר האט אנגעהויבן משמש זיין דעם רב שליט"א נאך אין די ערשטע יארן פון די הנהגה, נאך איידער די חתונה פונעם רב שליט"א, האט ער שוין דאן אנגעהויבן זיין עבוה"ק, וואס האט אנגעהאלטן ביתר שאת נאך די חתונה ווען דער רב האט געוואוינט אין די שנה ראשונה אין "שיכון וויזניץ" אין בני ברק, האט ר' אליעזר דאן אויך געדינגען א דירה אין שיכון וויזניץ, צו קענען באדינען דעם בעלזער רב שליט"א בראשית ממלכתו, ווען ער האט דאן זיך געגרייט ארויפצוגיין על כס האדמורו"ת למלאות מקום דודו הק' זי"ע.
פון דאן און ווייטער איז ר' אליעזר לא זז ידו מתוך ידו פונעם רב שליט"א, און פירט אויס מיט א נאמנות יתירה אלע ראלעס בשימושו של צדיק מיט וואס אימער ס'פעלט זיך נאר אויס.

ומשנהו בדומה לו דינט אלס דער משב"ק בחצר הקודש בעלזא דער לעגענדארער איש אמונו וסודו פונעם רב שליט"א, הרה"ח המפורסם ר' שמעון וואלף קליין, וועלכער האט נאך אין זיינע שנות הבחרות זוכה געווען משמש צו זיין דעם רבי'ן, אלס "הויז בחור", און שפעטער נאך די חתונה ממשיך געווען צו זיין א משב"ק בקודש פנימה, און איז געוועהן די ערשטע דרייווער פונעם רב שליט"א.
אין לויף פון די אלע יארן שטייט ר' שמעון וואלף לימין קדשו פונעם רבי'ן, ובפרט מיט זיין עבוה"ק להגדיל תורה ולהאדירה, און פארזיכערן אז בעלזא בלייבט א הייליגע ווינקל לתורה ולתפלה ביז משיח'ס טאג, ספעציעל ווערט ר' שמעון וואלף געדענקט מיט שעצונג פון די יארן ווען דער רב שליט"א האט זיך אריינגעלאזט אינעם היסטארישן פראיעקט פון הקמת מרכז העולמי דחסידי בעלזא, און ר' שמעון וואלף איז געשטאנען בראש כל המפעל און אדאנק אים האט דער רב שליט"א געקענט אויספירן משאת נפשו הטהורה מיט'ן מקים זיין די הייליגע תל תלפיות לשם ולתפארת בית בעלזא.
ר' שמעון וואלף איז דער "קוויטל שרייבער" בקודש פנימה, ער רופט אויס די "כיבודים" ביי די טישן, א.א.וו. איז ער עומד ומשרת מיט די טאג-טעגליכע תפקידים לפני ולפנים.

דער משב"ק הרה"ח ר' מעכיל פירער האט אנגעהויבן זיין עבוה"ק אלס "הויז בחור" ביים רב, און שפעטער נאך די חתונה, ווען ער איז געווארן אן איידעם ביים גבאי'ן ר' אליעזר ווינד, אין וואס דער רב שליט"א איז געווען פערזענליך פארמישט אלס שדכן אין דעם שידוך, איז ר' מיכל נתעלה געווארן לגדולה בבית המלך, און צובאקומען אקטיווע ראלעס אין די עבודת הגבאות, און מיט די יארן איז ער אויסגעשטיגן אלס איינע פון די הויפט גבאים בקודש פנימה, און כהיום – נאכדעם וואס זיין שווער ר' אליעזר האט זיך פארעלטערט, איז ער דער משמש ראשי, באדינענדיג דעם רב מיט א זעלטענע געטריישאפט במשך רוב שעות היום, און ווי אויך איז דעם רב'ס קביעות'דיגער "דרייווער".

א ספעציעלע פרעוויליגיע פארמאגן די דריי גבאים, יעדן פרייטאג צונכאטס נאכן טיש, ווען דער רב שליט"א רעכט מיט זיי אפ א פירות טיש, באגלייט מיט דברי תורה ושירות ותשבחות.
אין די לעצטערע יארן איז אויפגענומען געווארן א פרישער קביעות'דיגער גבאי, הרה"ח ר' שלמה קליין, וואס איז געשטעלט צו באדינען דעם רב אין פארשידענע באשטימטע שעות אין טאג, זיכער צו מאכן אז דער רב גייט אן מיט די עבוה"ק מיט אלע באקוועמליכקייטן און הרחבת הדעת, ווי עס פאסט.
אין צוגאב צו די גבאים איז אויך דא די פאזיציע פון א "הויז בחור", וואס זינט דער רב איז ארויס על כס האדמורו"ת איז דא א באשטימטער "הויז בחור", און בדרך כלל זענען דא צוויי הויז בחורים, איינער וואס באדינט דעם רב פערזענליך, און איינער וואס מאכט זיכער אז אלעס ארום און ארום קלאפט עצהיו"ט.
די הויז בחורים וואוינען בקביעות בחצר בית המלך הפנימית, און עס האט אין בעלזא אלע יארן געטראגן א גרויסע באדייט, ווען דער הויז בחור איז ממש אלעמאל גרייט אויף די רגע צו באדינען דעם רב מיט וואס נאר ס'פעלט זיך אויס, און אפילו אין די נאכט שעות, נאך די שעות קבלת קהל, זענען זיי מנדד שינה מעיניהם צו משמש זיין דעם רב ביז צופרי.
• בחצר הקודש סקווירא •

די עבודת הגבאות ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז צעטיילט צווישן א ברכה משולשת פון דריי געטרייע גבאים וואס געבן זיך אוועק במסירה נאמנה און מיט א זעלטענע געטריישאפט צו באדינען דעם רבי'ן און לעמוד ליד ימינו מיט א מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש.
דער גבאי ראשי איז הרה"ח ר' דוד בערגער, א זון פונעם אומפארגעסליכן דורכגעווייקטער חסיד נלהב פון אדמור"י סקווירא, הרה"ח המפואר ר' חיים בערגער ז"ל, וועלכער איז געווען מראשי העסקנים אין סקווירא במשך פילע יארן, נאך פון די צייטן ביי הרה"ק מסקווירא זצוק"ל, און נאכדעם ממשיך געווען זיין עבוה"ק לעמוד לימין קדשו פון בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ביז צו זיין פטירה אין יאר תשס"ד.
ר' דוד איז אן איידעם ביי הרה"ח ר' יושע פריעדמאן ז"ל, דער לאנגיעריגער לעגענדארער גבאי ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איבער א יובל שנים.
בימיו פון זיין שווער ר' יושע איז ר' דוד געווען כאחד החסידים מן השורה, און נישט געהאט סיי וועלכע ראלע בקודש פנימה, און אלעס האט זיך אנגעהויבן צוואנציג יאר צוריק, אלול תשס"ה, ווען ער איז געווארן נקרא אל המלך, באקומענדיג א פאזיציע אלס גבאי לפני ולפנים.
ר' דוד'ס גבאות נעמט אריין מערערע תפקידים דורכאויס דעם רבי'נס סדר היום רונדע די יאר, אין א געווענליכער טאג בימות החול באגלייט ער אריין דעם רבי'ן צו שחרית, העלפט ארויס מיט די תפילין לייגנ'ס, ביי די ברית'ן רופט אויס די כיבודים, און ווי אויך שפעטער ביי די סעודת ברית, במשך דעם טאג קען מען אנרופן פאר הזכרות, וואס ער געט איבער פאר'ן רבי'ן שליט"א. ביינאכט באגלייט ער דעם רבי'ן צו די חופות, און דאס זעלבע באגלייט ער דעם רבי'ן בכל מקום ומקום, נישטא אזא זאך דער רבי שליט"א זאל גיין צו א מסיבה, שמחה, ביקורי אדמורי"ם, וכדומה, און ר' דוד זאל נישט באגלייטן.
בשעת קבלת קהל איז ר' דוד דער אחראי ביים רבי'ן אין שטוב, אויפצונעמען דעם ציבור, אריינפירן אין שטוב, און זיכער מאכן אז די ליניע פארט מיט א סדר, צו יעדענ'ס צופרידנהייט. אין די פארנומענע זמנים, ווען דער רבי פראוועט דעם גאנצן עולם אויפאמאל, ווי צום ביישפיל בליל הילולא קדישא ב' ניסן, פורים, חנוכה, איז ר' דוד'ס תפקיד אז אלעס זאל פארן שנעל און געשמירט, און יעדער זאל האבן א געלעגנהייט אריבערצוגיין און מקבל זיין ברכת צדיק.
ווי אויך איז ר' דוד עומד ומשרת שבת ביי די טישן, ער טיילט אויס די שיריים וואס ער באקומט פונעם רבי'ן, און ער רופט אויס די נעמען פון די וואס באקומען א כיבוד. ווי אויך רופט ער אויס די הכרזות, און די עליות ביי קריאת התורה און מאכט די מי שברך ביי שמחות ביים רבי'ן אין הויף.

דער צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' אברהם בנימין ביינוש אייזנבערג, וועלכער איז אויפגענומען געווארן צו ערפילן דעם פלאץ פונעם אומפארגעסליכן פיליעריגן משב"ק הרה"ח ר' ישעי' אונגאר ז"ל, ווי גערופן בפי כל "ר' ישעי' גבאי".
ר' ביינוש האט אנגעהויבן זיין עבוה"ק שבת נחמו תשע"ד, און מאז ועד עתה באדינט ער דעם רבי'ן מיט א געטריישאפט מיט פארשידענע וויכטיגע תקפידים, וואס דאס נעמט אריין דער צענטראלער "קוויטל שרייבער", שרייבנדיג די קוויטלעך פאר די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך קוויטלען ביים רבי'ן. ווי אויך גייט ער אויך מיט מיט'ן רבי'ן בכל מקום ומקום, מאורעות, שמחות, א.א.וו. ווי אויך קען מען אים רופן פאר הזכרות. ביי די טישן, סיי שבת און סיי יו"ט, שטייט ער הינטער'ן רבי'ן, און באדינט מיט וואס ס'פעלט זיך אויס.
צווישן די פראמינענטע ראלעס וואס ר' ביינוש האט, אז ער רופט יאר-יערליך אויס די "הכרזת הקודש" במקהלות אלופי אלפי חסידי סקווירא מוצש"ק א' סליחות, פאר'ן רבי'נס קאסע "שקל הקודש".

דערנאך איז דא דער גבאי הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן, א זון פון הרה"ח ר' יושע פריעדמאן ז"ל משב"ק, וואס ער האט אנגעהויבן די עבוה"ק נאך ביים פאטער, ווען ער האט אים ארויסגעהאלפן מיט די פילע תפקידים וואס ר' יושע האט געהאט, און ר' אהרן איז אים געשטאנען צו די רעכטע האנט, און שפעטער במשך השנים איז ער אפיציעל נתמנה געווארן אלס איינע פון די גבאים און נאמני ביתו ביים רבי'ן.
ר' אהרן'ס ראלע איז בעיקר קאנצענטרירט בביתו נאוה קודש, ער באגלייט אהיים דעם רבי'ן יעדן טאג, ער דערלאנגט די מאכלים סיי ביי די סעודות בקודש פנימה, און סיי ביי די שולחנות הטהורות שבת ויו"ט און שמחות. ער באגלייט אויך דעם רבי'ן אין מקוה, און שטייט צו מיט א געטרייע שימוש הצדיק בכל עת וזמן, אין א בחינה פון א 'הויז בחור', וואס אין חצר הקודש סקווירא איז נישט איינגעפירט דער באגריף פון א הויז-בחור, נאר אנשטאט איז באשטימט איין גבאי, וואס ער רירט זיך נישט אוועק פונעם רבי'נס שטוב אין זיינע באשטימטע שעות צו ערפילן דעם רבי'נס הצטרכות'ער ולעשות רצון קדשו באופן תמידי.

דעם רבי'נס "דרייווערס" זענען הרה"ח ר' אברהם פנחס גאלדקאנג, ר' יוסף צימענט און ר' בנימין זאב שפיטצער.
• בחצר הקודש צאנז •

דער משב"ק ראשי איז הרה"ח ר' אברהם דייטש, וועלכער באדינט דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגע געטריישאפט פון צופרי ביז די קליינע נאכט שעות.
ר' אברהם האט אנגעהויבן זיין גבאות ראלע נאך אלץ "הויז בחור" ביים רבי'ן הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצוק"ל, און בשנת תשמ"ה ווען דער רבי ז"ל איז געווארן אפגעשוואכט, האט ער פארבעטן ר' אברהם ער זאל אים שטיין צו דער האנט בשימוש תמידי, און אים פארשפראכן א זעלטענע צוזאג אז ער נעמט אחריות אויף זיינע קינדער! זינט דאן לא מש מתוך האהל און מציק געווען מים על ידו פונעם רבי'ן ז"ל בכל עת ורגע במסירת נפש ממש עד יומו האחרון.
בשנת תשנ"ד ווען דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די כתר ההנהגה איז ר' אברהם ווייטער פארבליבן לשרת בקודש, סיי מיט'ן באדינען דעם רבי'ן פערזענליך, און סיי מיט'ן פירן די שטוב-ווירטשאפט, ווי מ'רופט עס "דער שטוב משמש".
ר' אברהם האט א ספעציעלער "גבאי צימער" בבית המלך, און בכל עת איז ער עומד הכן, ויאמר אברהם, ויאמר הננו. דאס זעלבע איז ער עומד על ימינו פונעם רבי'ן ביי די שולחנות הטהורות און ביי אלע מאורעות און מעמדים, ממש וואס מ'קען זאגן "לא זזה ידו מידו".
ר' אברהם האט אויך דעם תפקיד אלס "קוויטל שרייבער" און איז אויך אחראי אויף די סדרי קבלת קהל צו פארזיכערן אז די טויזנטער חסידים האבן צוטריט צום רבי'ן על צד היותר טוב.

דער צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' אברהם דוד שעכטער, וועלכער האט האט איבערגענומען די ראלעס פונעם משב"ק הוותיק הרה"ח ר' אייזיק מאיר זאלמנאוויטש שליט"א לרפו"ש. ר' אברהם דוד איז דער מוציא ומביא און דער אחריות'דיגער פארבינדונגס-מענטש צווישן דעם רבי'ן שליט"א מיט'ן חצר הקודש. ער איז מסור ונאמן צום רבי'ן אויסצופירן אלע זיינע שליחות'ער מיט א נאמנות יתירה. ביי יעדע הזכרה אדער דרינגענדע תשובה וואס מ'וויל הערן פונעם רבי'ן, איז ר' אברהם דוד דער אדרעס, ועל פיו ישק כל דבר.

הרה"ח ר' זאב דוב דייטש, ווי מ'רופט אים בלשון חבה "וואלווי", א זון פונעם משב"ק ראשי ר' אברהם, האט דעם תפקיד מיט'ן ארויסהעלפן זיין פאטער אין זיינע תפקידים, און בעיקר מיט די טאג-טעגליכע פערזענליכע ענינים פונעם רבי'ן. ר' זאב דוב האט אנגעהויבן זיין עבוה"ק נאך אלס קליין קינד זיך דרייענדיג 'אונטער די פיס' בקודש פנימה, נאך בחייו פונעם רבי'ן ז"ל דער שפע חיים, און שוין דאן גענאסן א קירבה ביים רבי'ן שליט"א, ווי דערמאנט פריער, אז דער רבי ז"ל האט פארשפראכן פאר ר' אברהם אז ער וועט זיין אחראי אויף זיינע קינדער, מיט די יארן איז ר' זאב דוב געשטיגן אין ראנג, ביז'ן אויסשטייגן אלס איש סודו פונעם רבי'ן, ובכל ביתו נאמן הוא.
צווישן זיינע אויפגאבעס איז דאס זיין אחראי אויף די כתבי ידות פונעם רבי'ן, דער רבי געט פאר אים איבער די אפגעשריבענע בלעטער פונעם טיפזיניגן "פשעטל" וואס ער וועט משמיע זיין ביים טיש פרייטאג צונאכטס, און ער דערלאנגט עס פאר'ן רבי'ן פאר'ן אנהייבן תורה-זאגן.
אזוי אויך איז ער אחראי אויף די אומשאצבארע אוצרות ירושה וואס דער רבי פארמאגט בבית גנזיו בירושה מאבותיו הק', קיינער אויסער ר' זאב דוב האט נישט דערצו קיין צוטריט, און דער רבי פארלאזט זיך אויף אים מיט צוגעמאכטע אויגן, אז ער וועט אבאכט געבן דערויף כסגולת מלכים. ווי אויך האט ר' זאב דוב די ראלע צו דערלאנגען די מאכלים פאר'ן רבי'ן ביי די טישן, און אזוי אויך אריינרוקן און ארויסרוקן דעם כסא המלכות.
הרה"ג ר' יעקב עזרא ראטה שליט"א משגיח בישיבה ציילט זיך אויך פון די נאמני בית ביים רבי'ן, און טוט זיך בעיקר אפגעבן מיט'ן באגלייטן דעם רבי'ן ביי די גרעסערע מעמדים, און ווי אויך באגלייט ער דעם רבי'ן צו יעדע חופה אין קרית צאנז.
הרה"ח ר' שלמה הערש טויב איז פון די געטרייע גבאים אינעם רבי'נס הויף, האבנדיג שוין לאנגע יארן דעם תקפיד צו שטיין לשמאלו פונעם רבי'ן ביי די טישן, און פארטיילט "שיריים". אזוי אויך רופט ער אויס די כיבודים ביי די טישן. ר' שלמה הערש איז אויך דער גבאי פונעם ביהמ"ד הגדול, און פארטיילט די כיבודים און עליות.
די ראשי העסקנים אינעם הויף זענען הרה"ח ר' בערל שטעמער און הרה"ח ר' הערשל רייכמאן, וועלכע שטייען אין שפיץ פון די פארצווייגטע נעץ לתורה וחסידות בחצר הקודש צאנז, און זיי זענען די מוציאים ומביאים אלע ערליי שליחות'ער פונעם רבי'ן לכל עניני המוסדות, אויף וואס זיי זענען אחראי מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט.
ווי אויך זענען זיי די פארבינדונגס-לייט צווישן די וועלט בארימטע "לניאדו שפיטאל" אין קרית צאנז, צום רבי'ן שליט"א וועלכער איז עומד ומפקח אויף יעדן פרט ופרט.
ר' בערל שטעמער האט אויך דעם תקפיד מיט'ן אויסרופן פרייטאג צונאכטס ביים טיש די אלע וואס "שטעלן וויין", און אזוי אויך רופט ער אויס אלע מעלדונגען פאר'ן ציבור בפקודת הקודש. אזוי אויך דינט ער אלס שלוחא דרבנן לכל עניני "אגודת ישראל.

ר' הערשל רייכמאן איז אויך דער קביעות'דיגער "דרייווער" פונעם רבי'ן שליט"א.
• בחצר הקודש צאנז קלויזנבורג •

דער משב"ק ראשי בחצר הקודש צאנז קלויזנבורג איז הרה"ח ר' ישראל יוסף פרערויא, א זון פון הרה"ח ר' אלימלך פרערויא שליט"א מפארי חסידי צאנז קלויזנבורג.
ר' ישראל יוסף איז אויפגענומען געווארן אלס גבאי ביים רבי'ן כמעט פון עלותו על כס המלוכה, אין די ערשטע הילולא קדישא פונעם רבי'ן דער שפע חיים זצ"ל, און מאז ועד עתה איז ער עומד ליד ימין קדשו מיט א זעלטענע געטריישאפט צו פארזיכערן אז דער רבי קען אנגיין מיט זיין למעלה מן הזמן'דיגע עבודת הקודש מיט הרחבת הדעת.
ר' ישראל יוסף קומט אן צום רבי'ן אין שטוב יעדן צופרי, און ער איז דארט אין שטוב דורכאויס דעם טאג, און ער איז באוואוסט אלס דעם איש קשר צווישן דעם רבי'ן מיט'ן עולם, וואס וועט טאן דעם רבי'נס שליחות'ער מיט א נאמנות און טראסטבארקייט.

דער צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' מנחם מאיר שווארץ, אן אן אייניקל פון הרה"ח ר' מענדל מאיר יאקאבאוויטש ז"ל, וואס איז געווען נאנט נאך ביים הייליגן רודניקער רב, דער פאטער פונעם שפע חיים זצ"ל. דער פאטער פון ר' מנחם מאיר, הרה"ח ר' משה, האט געהאט א געוואלדיגן התקשרות און נאנטשאפט ביים רבי'ן ז"ל דער שפע חיים, און שפעטער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א.
ר' מנחם מאיר האט אנגעהויבן מיט זיין עבוה"ק נאך אין די יארן ווען דער רבי איז געווען רב, ער פלעגט דעמאלט באגלייטן דעם רבי'ן אויף נסיעות, און געהאלפן אויפשטעלן די צאנז קלויזנבורגער מוסדות אין בארא פארק.
בשנת תשנ"ט איז ער געווארן אפיציעל אויפגענומען צו דינען אלס גבאי ביים רבי'ן. זיין תפקיד איז צו באדינען דעם רבי'ן אין שטוב פון פארנאכט שעות אין דורכאויס די נאכט שעות, ווי אויך ביי די עריכת השולחנות אין די שבתים וימים טובים. אויך איז ער באוואוסט אלס איש סודו פונעם רבי'ן, ווי אויך איז ער פארנומען מיטן רבינ'ס פריוואטע צדקה קאסעס.

עס איז נאך תוך שנה לפטירתו פונעם לעגענדארן משב"ק פונעם רבי'ן שליט"א, הרה"ח ר' איטשע שימון ע"ה, וועלכער איז געווען דער מסירת נפש'דיגער נאמן בית נאך ביים רבי'ן ז"ל, און ער איז צוגעשטאנען ליד ימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א מיט א זעלטענע געטריישאפט נאך פון אלס רב אין ווייטער פון דעם ערשטן טאג וואס די רבי האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת ביז זיין לעצטן טאג. עס זענען דא עטליכע קאנדידאטן אויפ'ן טיש אים איבערצונעמען, אבער דערווייל איז נאכנישט געמאכט געווארן קיין התמנות.

דער רבי פארמאגט צוויי "הויז בחורים", ווען עס ווערן אויסגעקליבן פון די ישיבה מופלגי התלמידים, און זיי באקומען די תפקידים צו באדינען דעם רבי'ן ווען ס'פעלט זיך נאר אויס. די אמטירנדע הויז בחורים זענען, הבחור ישראל דוב רייך, זיין תפקיד איז צו באדינען דעם רבי'ן ביי אלע תפילות, שבתים און די וואכן טעג, אויך איז ער ממונה אויף דעם רבי'נס ספרים, און ער איז אויך דער איש קשר מיט די 'סופרי המלך', די כותבי התורות, און דעם רבי'ן.
דער צווייטער אמטירנדער הויז בחור איז הבחור מרדכי קליין, אויכעט מחשובי תלמידי הישיבה, ער איז משרת בקודש אינעם רבי'נס שטוב יעדן טאג, און אויך ביי די טישן.
• בחצר הקודש באיאן •

דער משב"ק ראשי איז הרה"ח ר' דוב בער ראבינאוויטש, וועם מ'רופט בלשון חיבה "בערל גבאי".
ר' בערל האט אנגעהויבן זיין ראלע נאך בשנת תשמ"ה, ווען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז ארויף לכס ההנהגה, ווען מ'האט דאן אויפגענומען צוויי גבאים, הרה"ח ר' וועלוול דערבארעמדיגער ז"ל, וועלכער האט נאך משמש געווען אלס משב"ק ביי הרה"ק ר' אהרן מבאיאן טשערנאוויץ, און יבלחט"א ר' בערל ראבינאוויטש.
ר' בערל שטאמט פון דורי דורות חסידי באיאן, און זיין פאטער הרה"ח ר' ישראל שמעון ראבינאוויטש ז"ל איז געווען דער משב"ק ביי הרה"ק מבאיאן לייפציג זצ"ל.
שוין גאנצע פערציג יאר, איז ר' בערל עומד ומשרת מיט א זעלטענע געטריישאפט בקודש פנימה, ער שרייבט די קוויטלעך, און איז עומד ומשמש ביי אלע טישן, דערלאנגט די מאכלים, און יעדע סארט השתמשות ביים טיש, האט ער דערויף די חזקה.
ר' בערל שטייט אויך בראש פונעם מכון "משכנות הרועים – באיאן", וואס געט ארויס לאור די תורות פון די פריערדיגע באיאנע רבי'ס, און די פרקי תולדות פון די פינעף באיאנע חצרות איידער די קריג. ער איז אויך דער "כותב" פון אלע מכתבי קודש וואס גייט ארויס פונעם רבי'ן שליט"א לקהל אנ"ש באיאן, און ער טוט אויך אונטערשרייבן בשם דעם רבי'ן.
פאר זיך איז ר' בערל א דוכגעווייקטער איש חסיד מאוד נעלה, געבענטשט מיט א לשון לימודים, און ביי פארשידענע התכנסות החסידים, ווי למשל פאר די יארצייטן פון די באיאנע רבי'ס זצ"ל, איז ער דער ראש המדברים.

דער צווייטער משב"ק איז הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד, וועלכער איז נאנט געווארן צום הויף מבית אבא, ווען זיין פאטער איז נתקרב געווארן צו הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן אין איסט סייד ניו יארק.
ר' מרדכי דוד איז אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע בשנת תש"נ, זייענדיג דער יד ימינו פונעם רבי'ן בכל עת מצוא, ער איז דער קביעות'דיגער "דרייווער", און ער באגלייט דעם רבי'ן וואו אימער דער רבי גייט נאר בכל רחבי תבל. ער באגלייט דעם רבי'ן צו יעדן מקום סיי שבת און סיי אינדערוואכן, און ער איז דער מוציא ומכניס בשעת קבלת קהל, צו אים קומט אויך אן אלע קריטישע הזכרות, און איז גאר נאנט צוגעבינדן צום רבי'ן אין אלע שעות היום, זייענדיג זיין מזכיר פרטי.
במשך השנים איז ר' מרדכי דוד געשיקט געווארן דורכ'ן רבי'ן אויף מערערע שליחות'ער איבער די וועלט, און האט רבות בשנים אויך געדינט אלס ראש הנהלת המוסדות. ער איז אויך אן עסקן נלהב וואס איז גרייט צו העלפן מיט כל מיני עסקנות, סיי מיט עניני רפואה און סיי מיט אלגעמיינע עסקני'שע אנגעלעגנהייטן.

הרב אשר פריזענט שליט"א, משגיח רוחני בישיבת באיאן מודיעין עילית, האט דעם תקפיד אלס גבאי בשעת די טישן, און ער געט אויך איבער די הוראות הקודש לכלל אנ"ש באיאן, און ביי אים דארף מען זיך ווענדן צו באקומען א צייט אריינצוגיין ביי קבלת קהל.
הרב נחמן פריזענט שליט"א מגי"ש בישיבה קטנה באיאן ביתר, איז אויך פון די אקטיווע נאמני בית ביים רבי'ן, ער האט נישט א ספעציפישע ראלע פון באדינען דעם רבי'ן, אבער ער ווערט פארט באטיטלט אלס משב"ק, זייענדיג דער וואס שטעלט אויס דעם סדר היום ביים רבי'ן בנוגע די מעמדים אין חצר הקודש באיאן.
הרב אברהם טירהויז שליט"א, וואס זיין פאטער הרה"ח ר' נחום מרדכי ראש ועד הבחורים איז דער פערזענליכער חברותא פונעם רבי'ן שליט"א רבות בשנים, איז אחראי אויף די שאלות וואס קומען אן צום רבי'ן, און ברענגט צוריק די תשובות היוצאים מפי המלך, און ווי אויך געט ער איבער פאר'ן רבי'ן די הזכרות און קבלת קהל פון אנ"ש תושבי חוץ לארץ דורכ'ן טעלעפאן.
• בחצר הקודש תולדות אהרן •

דער גבאי ראשי בחצר הקודש תולדות אהרן איז דער לעגענדארער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' גבריאל שישא, וועלכער איז מסור ונאמן בכל לב ונפש צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א זייענדיג שוין צענדליגער יארן איש סודו ואמונו און עומד לימין קדשו מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.
ר' גבריאל איז א זון פון הרה"ח ר' מאיר שישא ז"ל און אן איידעם פונעם באקאנטן 'איש מירון' הרה"ח ר' דוב אייזנבערג ז"ל, ביידע פלאם פייערדיגע חסידי תולדות אהרן מאז ומקדם.
ר' גבריאל האט אנגעהויבן זיין ראלע נאך אלס הויז-בחור ביים פריערדיגן רבי'ן הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל.
אין יענע תקופה איז געווען דער סדר אז דער הויז-בחור האט משמש געווען דעם רבי'ן ביז'ן טאג פון די חתונה, און דאן, ביום החופה, האט ער צוריקגעגעבן פאר'ן רבי'ן די שליסלעך פון זיין צימער בקודש פנימה. אבער דא ביי ר' גבריאל, האט דער רבי זצ"ל אן אין אויסנאם-פאל פארבעטן ר' גבריאל, ביי זיין חתונה, אז ער וויל אז נאך די שבע ברכות זאל ער צוריקקומען און ווייטער באדינען, און דאן האט זיך ר' גבריאל אנגעשלאסן אינעם רינג פון משמשים בקודש ביי אדמור"י תולדות אהרן.
אין יענע תקופה האט אויך אנגעהויבן די עבוה"ק ביים רבי'ן זצ"ל אין שטוב דער בארימטער איש החסד הרה"ח ר' שמעון ברוין ז"ל, וואס איז נפטר געווארן דעם אנהייב ווינטער תשפ"ה.
דער רבי זצ"ל האט צו אים ארויסגעוויזן א קירבה און חיבה יתירה, און אין זיינע לעצטע יארן האט ער אים אויך ממנה געווען צו פירן די מוסדות, בשעת'ן ווייטער ממשיך מיט די עבודת הגבאות, ווען ער איז דאן געהויבן געווארן מיט'ן תפקיד, ווערן געקרוינט אלס "גבאי ראשי" ביים רבי'ן אין שטוב.
ר' גבריאל האט דאן זיך אריבערגעצויגן וואוינען נאנט צום מעון הקודש, כדי ער זאל קענען זיין גרייט צו באדינען און אויספירן די פליכטן אין די ערשטע מעגליכקייט, שנעל און גיך.
נאכ'ן הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל, ז"ך כסליו תשנ"ז, און דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די שרביט הנהגה אלס ממשיך דרכו, האט ר' גבריאל מיט א געטריישאפט זיך ווייטער צוגעשטעלט מיט אלע תקפידים, וואס ער האלט אן מיט א מסירת נפש עד היום הזה.
אויך האט ר' גבריאל דאן ממשיך געווען אלס מנהל המוסדות, און דאס האט אנגעהאלטן ביז שנת תש"ע, ווען נאכ'ן התייעצות פונעם רבי'ן שליט"א, האט ער דאן איבערגעגעבן דעם חלק פון הנהלת המוסדות פאר הרה"ח ר' יוסף קדיש קרישעווסקי, מנכ"ל, כדי ער זאל קענען זיין פולקאם גרייט לשרת את הקהל ביים רבי'ן אין שטוב, וואס איז בליעה"ר אזוי שטארק געוואקסן.
בכל ביתי נאמן, ר' גבריאל געט זיך אפ מיט אלע תפקידים ביים רבי'ן אין שטוב, סיי אנבאלאנגט די בני הקהלה, אויפנעמענדיג הזכרות און שאלות, און סיי מיט'ן סדר פון קבלת קהל במשך השנה, ובפרט איידער די ימים טובים, ווי אויך איז ער דער מוליך ומביא די שאלות פון די הנהלת המוסדות וקרן הבנין והנהלת הקהלה.

דער צווייטער משב"ק איז ר' משה יוסף צימעט איז כהיום פון די נאנטסטע מענטשן ביים רבי'ן, פאר סיי וואספארא הזכרה און אלס אמבאלאנגט דעם רבינס שטוב. ער איז אויך געשטעלט אויף אלע דרויסנדיגע ענינים פונעם רבי'נס שטוב, ווי למשל מסדר זיין ביקורים ביי אדמורי"ם ורבנים, אדער ווען אדמורי"ם ורבנים קומען אויף א ביקור ביים רבי'ן, און ווי אויך האט ער די ראלע צו מכבד זיין אנשים מכובדים ובנש"ק ביי גרעסערע מעמדים און שולחנות הטהורים. ווען דער רבי האט עפעס א וויכטיגע שליחות איבערצוגעבן אדער אויספירן, וועט ער אריבעררופן "ר' משה יוס'ל" ווי מ'רופט אים בל' חיבה, און ער וועט עס אויספירן אויפ'ן פלאץ.
ווען דער רבי פארט אויף חוץ לארץ לטובת המוסדות, איז עס ר' משה יוסף וואס ארגאניזירט די סדרי ימי הביקור, און ווי אויך איז ער מסדר די קביעת ימי השמחה ונישואין בבית המלכות, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ.

נאך א גבאי איז הרה"ח ר' אשר פערל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס גבאי אנהייב שנות כהונתו פונעם רבי'ן שליט"א, און איז בעיקר ממונה אויף די ימות החול, צו פארזיכערן אז די שטוב-ווירטשאפט איז מסודר און אלעס קלאפט עצהיו"ט.
ווי אויך איז ר' אשר געשטעלט געווארן דורכ'ן רבי'ן אלס איינער פון די חברי ארגון "צדקת שערי רחמים", וואס דער רבי האט געגרינדעט אין די ערשטע יארן פון די הנהגה.

אין צוגאב זענען דא ביים רבי'ן נאך עטליכע גבאים ומשמשים בקודש, וואס זענען מסור בלב ונפש מיט זייערע באשטימטע פאזיציעס, איש על מחנהו ועל דגלו, לויט ווי מ'האט עס מסדר געווען, סיי בימי שבת ויו"ט און סיי בימות החול.
דער קביעות'דיגער "דרייווער" ביים רבי'ן איז דעם רבי'נס מחותן הרה"ג ר' נטע פערל שליט"א ראה"כ שערי שמים טבריה. ווען ר' נטע געפינט זיך אין חוץ לארץ לעניני כשרות, אדער אין טבריא, טוען אנדערע גבאים פירן דעם רבי'ן.
• בחצר הקודש פשעווארסק •

דער משב"ק ראשי איז הרה"ח ר' זושא גליק הי"ו, וועלכער איז עומד הכן מיט אלע צענטראלע תפקידים לעשות רצון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א מיט א התמסרות נפלאה, און יעדע דבר גדול וקטן וואס דער רבי וויל נאר פירט ער תיכף אויס בשלימות גמור.
ר' זושא איז פאר זיך א ווארעמער איש חסיד און געהויבענער בן עלי' וואס איז אויפגעוואקסן ביי זיינע חשוב'ע עלטערן אין אמעריקע, פייערדיגע סאטמארער חסידים. ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפן, אן איידעם ביי הרב שמואל מאיר שטויבער שליט"א א מקורב בבית פשעווארסק. אין די ערשטע יארן נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת, האט ר' זושא מוצא חן געווען בעיניו, און דער רבי האט אים אויסגעקליבן צו זיין דער משב"ק בקודש פנימה.
ר' זושא געפינט זיך ביים רבי'ן אין הויז רוב שעות פון טאג, און אלע ענינים און הזכרות גייט דורך אים, און איז דער אויסשליסליכער איש סודו פונעם רבי'ן, ובכל ביתו נאמן הוא.

דער צווייטער משב"ק איז הרה"ח ר' משולם זילבערמאן שליט"א, אליינס א בנש"ק, ציענדיג דעם שיינעם יחוס פון צדיקים פונעם פוילישן חדר, ער איז נאך געווען א נאמן בית ביי הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע פאר לאנגע יארן, און האט שפעטער ביים רבי'ן שליט"א ממשיך געווען מיט די עבוה"ק, ספעציעל מיט די ראלעס פון די כיבודים ביים טיש, און ווי אויך מיט'ן זיין דער פארלעסליכער איש קשר צווישן דעם רבי'נס הויף מיט אנדערע חצרות הקודש, ווצב"ש ביי רבי'שע באזוכן, וכדומה.
ר' משולם איז אין פערזענליכן לעבן אן איש מורם מעם, און א ת"ח מופלג ומרביץ תורה, דינענדיג אלס מגיד שיעור אין די בארימטע ישיבה עץ חיים ווילרייק אין אנטווערפן.

הרה"ח ר' יענקל האפמאן איז א געטרייער בן בית ביים רבי'ן, און האט דעם תפקיד פון "שרייבן קוויטלעך" און איז אויך אנוועזנד ביי די תפילין לייגנ'ס צו מסדר זיין אלע פרטים וואס פעלט זיך אויס אויפ'ן פלאץ. ווי אויך איז ער עומד ומשמש ביי די שולחנות הטהורות.

א ספעציעלער גבאי איז געשטעלט בבית המלך פנימה, אינעם רבי'נס "ספרים שטוב", וואס כידוע איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א א שר התורה ומתמיד עצום וואס איז שקוע בלימודו רוב שעות היום והלילה, און כדאי צו פארגרינגערן פאר'ן רבי'ן און שפארן צייט פון זוכן ספרים, איז געשטעלט א ספעציעלער ממונה אויף אלע עניני הספרים, סיי מיט'ן קויפן פאר'ן רבי'ן יעדער נייער ספר וואס קומט ארויס, זיכער מאכן אז ס'איז נישט דא קיין געדאפלטע ספרים, און סיי אינעם ספרים שטוב זעלבסט, זען אז אלע ספרים זאלן אלעמאל זיין געפאקט און שיין מסודר אויף די פאליצעס, און יעדעס מאל דער רבי דארף א ספר, ווייסט ער ווי עס ליגט, און דערלאנגט עס תיכף ומיד.
אלס "קוויטל שרייבער" איז דא נאך א גבאי, הרב אהרן משה ריינער, וועלכער האט איבערגענומען דעם תפקיד פון זיין געהויבענעם שווער, דער וועטעראן-משב"ק ביי צדיקי בית פשעווארסק, הרה"ח הישיש ר' שמואל ברוך נאה לרפו"ש.
ביי די תפילות איז עומד ומשמש מיט א געטריישאפט דער "הויז-בחור", כמר יענקל ווייל, וועלכער באדינט שוין דעם רבי'ן ביי די תפילות מערערע יארן, פונעם ערשטן טאג ווען דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת ביז'ן היינטיגן טאג, שטייט ער גרייט צו באדינען דעם רבי'ן ביי די הייליגע תפילות באופן תמידי.
דעם רבי'נס "דרייווער" האלט אן די לאנגיעריגע חזקה הרה"ח ר' חיים העניג, וועלכער האלט שוין די ראלע ביי די שלשת הרועים, זייענדיג נאך דער דרייווער ביי הרה"ק ר' איציקל זי"ע, און דערנאך ממשיך געווען ביי הרה"ק רבי יענקעלע, און אצינד דרייווט ער דעם רבי'ן זה כולן שוין לטובה.
ווען דער רבי שליט"א פארט אויף אפרו, איז דא חילופי משמרות, ווען עס קומען דאן אריין אלס משבקי"ם, די ברידער למשפחת עסטרייכער הנכבדה, אנהאלטנדיג די חזקה פון זייער פאטער, הרה"ח ר' פנחס עסטרייכער ז"ל, וואס פלעגט ארויסנעמען די צדיקי בית פשעווארסק זי"ע אויף אפרו, און ער פלעגט זיי דארט משמש זיין מיט א מסירה נאמנה, און די אלע יארן ווייטער ביים רבי'ן שליט"א ווערט פארגעזעצט די גבאות במקום הנופש, ווינטער און זומער, דורך זיינע קינדער האחים לבית עסטרייכער.
• בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא •

טובים השנים, די צוויי הויפט גבאים ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א זענען הני תרי צנתרי דדהבה, הרה"ח ר' ישראל מילער, און הרה"ח ר' שמשון בארד, וואס זענען עומדים ומשרת בקודש פנימה בכל עת מצוא, און זיי זענען משמש דעם רבי'ן בנאמנות און באגלייטן אים אויף יעדן פלאץ.
ר' ישראל מילער, וואס שטאמט פון געווייקטע בעלזא חסידים, איז שוין צענדליגער יארן אדוק ומקושר אינעם רבי'ן, און האט די זכי' אים משמש צו זיין באופן מופלא. זייענדיג אינעם רבי'נס עלטער, איז ער נאנט געווארן צום רבי'ן נאך אינעם רבי'נס שנות נעורים, ווען נאך אלס יונגערמאן האט זיך ר' ישראל געווייקט בצל קדשו פון הרה"ק ממאכנובקא זצוק"ל, און האט דאן אנגעקניפט א גאר שטארקן קשר מיט'ן רבי'ן שליט"א, וועם ער האט נאך דאן שוין באדינט און באגלייט.
בשנת תשמ"ח, נאכ'ן הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל, און דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די כתר הנהגה, איז ר' ישראל נתעלה געווארן אלס אפיציעלער משב"ק, און איז זינט דאן עומד ומשרת בקודש פנימה, ולא מש מתוך האהל, ער זיצט בים רבי'ן אין שטוב פון מיטאג צייט ווען דער רבי הייבט אן אויפנעמען דעם עולם, דארט שרייבט ער קוויטלעך, און איז אחראי אויף די הזכרות, אויך באגלייט ער דעם רבי'ן ביי שמחות און ער רופט אויס אלע אפיציעלע הכרזות בפקודת הקודש.

ומשנהו בדומה לו, איז עומד ומשמש דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' שמשון בארד, א זון פון הרה"ח ר' בנימין בארד, לאנגיעריגער גבאי נאמן פון ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן. נאך אלץ יונג בחור'ל האט זיך ר' שמשון צוגעשארט צו די סגל משמשים, און אנגעהויבן מיט פארשידענע תקפידים בעבודת הגבאות, און שפעטער גלייך נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען אלס גבאי, ווען ער צוזאמען מיט ר' ישראל זענען עומדים ומשרתים, און באזונדער איז ר' שמשון געשטעלט אויף אלע גשמיות'דיגע ענינים און אלעס ארום דעם סדר היום ביים רבי'ן אין שטוב מן הבוקר ועד הערב.

דער דריטער גבאי איז הרה"ח ר' יודא לייב שאמועל, א זקן ובא בימים, וועלכער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן שוין אין די יארן פון שנות כהונתו, און ער האט זוכה געווען לבוא אל בית המלך הפנימית.
ר' יודא לייב איז משמש דעם רבי'ן מיט א נאמנות יתירה, דער רבי שיקט אים צו אלע שליחות'ן און עסקנות'ן אין וואס דער רבי איז פארמישט – בגלוי ובסתר, אלע פריוואטע זאכן וואס דער רבי וויל אויספירן, און שטרעבט אז ס'זאל נישט ארויסגיין צו די גאס, פארלאזט ער זיך אויף ר' יודא לייב מיט פארמאכטע אויגן, אז ער וועט דאס אויספירן מיט א געטריישאפט און נאמנות.
אזוי אויך ווען דער רבי פארט אויף פריוואטע פלעצער, און קיינער פארט נישט מיט, נעמט ער מיט ר' יודא לייב, וואס באגלייט דעם רבי'ן בכל אתר.
יעדע נאכט נאך די שעות פון קבלת קהל, באדינט ער דעם רבי'ן בנאמנות, און פארלאזט דעם רבי'נס שטוב הערשט גאר שפעט ביינאכט, נאכ'ן זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר עצהיו"ט.
נאכדעם זענען דא עטליכע געטרייע "שטוב מענטשן", הרה"ח ר' מענדל ענגלענדער, און הרה"ח ר' מנחם קרויטווירט וואס זענען אלעמאל גרייט צו העלפן מיט די שטוב ווירטשאפט, און ווי אויך ר' מענדל אחראי אויף שמחות ביים רבי'ן אין שטוב.
• בחצר הקודש אמשינוב •

דער משב"ק ראשי און נאענטסטער מענטש צום רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, איז בנו חביבו הרה"צ ר' משה מיליקאווסקי שליט"א, וועלכער איז ממש רוב שעות בייטאג און ביינאכט עומד ומשרת אביו הגדול, און שטייט לימין קדשו פונעם רבי'ן מיט אלע סארט השתמשות, וואס איז אן עבודה קשה שבמקדש, צו קענען ממלא זיין די אלע תקפידים לויט'ן "אמשינאווער רבי'נס זייגער", וואס איז, כידוע, למעלה מן הזמן.
הרה"צ ר' משה איז אקטיוו הן מיט'ן משמש זיין אותו צדיק בכל עת וזמן, און ווי אויך גייט דורך אים אלע הזכרות און קוויטלעך, און ער העלפט מאכן די וויכטיגע החלטות אינעם חצר הקודש.

א צווייטער משב"ק איז הרה"ח ר' אהרן דוד אפטערגוט. ר' אהרן דוד שטאמט פון א ליטווישע משפחה, און אלס בחור איז ער נתקרב געווארן לאורו הנשגב פונעם רבי'ן, און איז געווארן שטארק אדוק ומקושר, און בהמשך השנים איז ער געווארן מבאי ביתו, און געט זיך אוועק מיט גרויס געטריישאפט ביים רבי'ן אין שטוב מיט וואס ס'פעלט זיך נאר אויס, און באזונדער העלפט ער ארויס מיט די ווירטשאפט ביי די רביצין תליט"א, און ווי אויך העלפט ער ארויס ביי די ברית'ן, הרשמות, א.א.וו. ר' אהרן דוד וואוינט אין ביתר, און ער קומט יעדן טאג צו פארן צו באדינען דעם רבי'ן במסירה נאמנה.

א דריטער גבאי איז הרה"ח ר' אלחנן ראקאווער, א חשוב'ער בן עלי' ות"ח מופלג, ער איז משב"ק ביי די טישן, ער רופט אויס די כיבודים און הייבט אן די ניגונים.

נאך א גבאי איז דא, הרה"ח ר' יוסף איינשטיין, וואס ער העלפט ארויס מיט די עבוה"ק תמידין כסדרן.
אין אמשינוב איז פארהאן א ספעציעלע אייגנארטיגע פאזיציע פאר א "הויז בחור", וואס ער איז מיוחד נאר מיט די איינע תפקיד, איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן די הזכרות און שאלות וואס קומט אריין דורכ'ן טעלעפאן, און איבערגעבן פאר די שואלים די תשובות פונעם רבי'ן. יעדן ליל שישי זיצט דער רבי צוזאמען מיט די בחורים, און מ'געט אים איבער די אלע שאלות און הזכרות פון א גאנצע וואך, און דער רבי געט אוועק שעות על גבי שעות מיט'ן ענטפערן יעדן איינציגן טעלעפאן רוף, מיט א תשובה נכונה און ברכת צדיק, וואס ווערט איבערגעגעבן פאר די אריינרופער, דורך די הויז-בחורים, וואס רופן יעדן באזונדער צוריק. נאך א גבאי איז דא הרה"ח ר' מאיר קלויזנער הי"ו מיט וועם דער רבי טוט דורך די גאר קאמפלעצירטע שאלות און הזכרות.
ווי אויך טוען די בחורים באקומען פונעם רבי'ן די צייט ווען דער רבי איז גרייט פאר "קריאת התורה", און זיי געבן עס איבער פאר'ן עולם.
דעם רבי שליט"א פארט זעלטן, אבער ווען ער פארט יא, איז דער קביעות'דיגער "דרייווער" ר' אבי קלמן.
• בחצר הקודש סלאנים •

דער גבאי ראשי בחצר הקודש סלאנים איז הרה"ח ר' אשר וויינבערג פון בני ברק, נין ונכד לצדיקי בית סלאנים.
ר' אשר האט אנגעהויבן מיט די עבוה"ק תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז ארויף על כס הנהגה, בשנת תשמ"א, זייענדיג אן אויסגערופענער חשוב'ער יונגערמאן ומבני עלי' אין די חבורה, באקומענדיג דאן אלע תפקידים לשרת בקודש וואס ער פירט אויס מיט א נאמנות יתירה עד היום הזה.
ר' אשר איז געשטעלט אויף אלע ענינים, דאס רעכנט אריין קבלת קהל מדי יום ביומו, ער איז דער קוויטל שרייבער, ער שטייט אונטער'ן רבי'ן ביי אלע מעמדים און ביי די טישן. ער טוט אויך "שטעלן וויין" ביי די טישן אין בני ברק.

מיט די יארן שפעטער איז צוגעלייגט געווארן א פרישער כח, דער געטרייער גבאי הרה"ח ר' יודא לייב רובין, א זון פון הרה"ג ר' אברהם רובין שליט"א גאב"ד רחובות, און אן אייניקל פון הרה"ק בעל יסוד העבודה מסלאנים זי"ע.
ר' יודא לייב איז מעורב מיט די טעלעפאנישע הזכרות און דרינגענדע טעלעפאן רופן, איז ער דער מוליך ומביא. ווי אויך איז ר' יודא לייב אחראי אויף די טעגליכע קבלת קהל צופרי נאכ'ן דאווענען, און ווי אויך אויף די "תפילין לייגנ'ס", ביקורי אדמורי"ם, א.א.וו. און ער טוט איך באגלייטן דעם רבי'ן אהיים פון ביהמ"ד לביתו נאוה קודש, און ווידער אויפ'ן וועג פון שטוב צום ביהמ"ד, גייט דער רבי אליינס, אן א שום באגלייטער.
די דערמאנטע צוויי גבאים באדינען דעם רבי'ן אינעם צענטראלן מעון הקודש און תל תלפיות פון חצר הקודש סלאנים אין שטאט בני ברק.
א באזונדערע ארמיי פון גבאים איז אקטיוו פאר די צייטן ווען דער רבי וויילט בקרב קהלתו אין ירושלים עיה"ק, וואס דאן זענען משמורת מתחלפות, מיט אנדערע גבאים פאר אלע ערליי תפקידים, כאטש וואס די גבאים פון בני ברק קומען מיט, אבער די תפקידים ווערן אויסגעפירט דורך אנדערע גבאים.
דער גבאי ראשי אין ירושלים איז הרה"ח ר' ראובן כהן, אן אייניקל פון הרה"ק ר' מאטל סלאנימער, ער איז דער מוציא ומכניס ביי קבלת קהל, דער קוויטל שרייבער, און אחראי אויף הזכרות, און אויפ'ן רבי'נס הויף אין ירושלים.
דער צווייטער גבאי אין ירושלים איז הרה"ח ר' מאטל וויינבערג, נין ונכד לצדיקי בית סלאנים, וועלכער שטייט אונטער'ן רבי'ן ביי די טישן און מעמדים, ער באגלייט דעם רבי'ן צו מעמדים און ביקורי אדמורי"ם.
ווי אויך זענען זענען דא עטליכע נאמני בית, וואס טוען מיט א געטריישאפט באדינען דעם רבי'ן און דעם הויף מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס.
הרה"ג ר' יושע שארשעווסקי שליט"א מזקני חסידי סלאנים, וואס ער איז נאך געווען א משב"ק ביים פריערדיגן רבי'ן דער ברכת אברהם זצ"ל, האט דעם תפקיד פון "שטעלן וויין" ביי די טישן אין ירושלים.
הרה"ח ר' אברהם הירשטיין, מחשובי אברכי סלאנים אין ירושלים, איז א געטרייער שטוב מענטש, ער געבט זיך אפ מיט'ן באזארגן דעם רבי'נס שטוב אין ירושלים בפועל מיט אלע טעכנישע ענינים, און ווי אויך קען מען זיך ביי אים איבערגעבן הזכרות, ער האלט קשר מיט אנדערע חצרות, ער גייט מיט מיט'ן רבי'ן צו מעמדים, ועל פיו ישק אלעס וואס איז נוגע דעם רבי'נס הויף אין ירושלים.
די תפקידים פון צוגרייטן די מאכלים און אריינברענגען צום טיש איז אין חצר הקודש סלאנים א נושא וואס האט נישט מיט גבאים, נאר ס'איז איינגעטיילט צווישן עטליכע חסידים, וואס האבן דעם תפקיד, סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, וואס זיי געבן זיך אפ נאר מיט דעם חלק.
פאר לאנגע יארן איז אויך געווען אין סלאנים דער מושג פון א "הויז בחור", אבער די לעצטע 4 יאר גייט דאס מער נישט אן.
• בחצר הקודש וויזניץ לאנדאן •

דער משב"ק ראשי בחצר הקודש וויזניץ לאנדאן איז הרה"ח ר' יואל גאלדמאן, וועלכער איז עומד בראש פונעם עבודת הגבאות ביים רבי'ן אין שטוב, ועל פיו יושק כל דבר, זייענדיג איבערגעגעבן בכל מצוא צו באדינען דעם רבי'ן מיט א געטריישאפט.
ר' יואל, וועלכער שטאמט אריגינעל פון א סאטמארע משפחה, איז נתקרב געווארן צום רבי'ן נאך אלס קינד, ווען זיינע עלטערן האבן זיך מדבק געווען אין הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ. נאך אין די יארן ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געדינט אלס רב הקהלה אין לאנדאן, האט ר' יואל שוין אנגעהויבן מיט'ן באדינען דעם רבי'ן, און שוין דרייסיג יאר וואס ער איז עומד ליד ימין קדשו, זייענדיג נאך דאן דער באגלייטער און דרייווער פונעם רבי'ן, און דאס האט ווייטער ממשיך געווען אויך שפעטער ווען דער רבי שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת.
ר' יואל רירט זיך נישט אוועק פונעם רבי'נס קלאמקע, און גייט מיט איבעראל מיט'ן רבי'ן, און שטייט גרייט בכל וזמן צו אויספירן דעם רבי'נס רצון און שליחות'ער בנאמנות יתירה.
דער "קוויטל שרייבער" ביים רבי'ן אין שטוב, איז הרה"ח ר' שלום מיללער, וועלכער איז געווען דעם רבי'נס חברותא פאר קרוב צו 30 יאר, אין לויף פון אלע יארן פון ווען דער רבי איז געקומען קיין לאנדאן ווערן רב, האבנדיג מיט'ן רבי'ן א טעגליכע חברותא בגמרא תוספות, און שפעטער ווען דער רבי איז ארויף על גפי מרומי קרת, איז ער געווארן דער קביעות'דיגער קוויטל-שרייבער.

מיט עטליכע יאר צוריק, נאכדעם וואס דער רבי איז אריינגעפאלן אין די חולשה, האט מען אויפגענומען נאך א גבאי'ן, הרה"ח ר' חיים מאיר דעבלינגער, וועלכער געט צו א שטארקער וויכטיגער כח צו קענען זיך אפגעבן און באדינען דעם רבי'ן 24 שעה אין טאג, וואס פאדערט זיך למען בריאותו השלימה פונעם רבי'ן, צו האלטן א שטענדיגע אויפזיכט אויפ'ן רבי'ן און שטיין גרייט צו משמש זיין רונדע דעם זייגער.
אזוי אויך דינט ר' חיים מאיר אלס שטעלפארטרעטער פאר'ן גבאי'ן ר' יואל גאלדמאן, ווען ס'מאכט זיך א סיבה אז ער קען נישט באגלייטן דעם רבי'ן אויף א נסיעה, וועט ר' חיים מאיר מיטפארן און איבערנעמען די ארבעט.
• בחצר הקודש קאלוב •

דער גבאי ראשי בחצר הקודש קאלוב איז הרה"ח ר' זלמן לייב ראזענבערג, וועלכער איז נאך אלס בחור נאנט געווארן ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א ולרפו"ש, ווען ער האט זוכה געווען צו מקבל זיין לקחה של תורה מפיו, זייענדיג א תלמיד אין די קאלובע ישיבה אין וויליאמסבורג.
שפעטער אלס יונגערמאן, בשנת תשס"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס משב"ק צו משמש זיין דעם רבי'ן לפני ולפנים, און אנגעהויבן באגלייטן דעם רבי'ן בכל אתר ואתר, סיי אינעם רבינס הויף אין וויליאמסבורג, און סיי ביי די לעגענדארע נסיעות בכל רחבי העולם וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן פאר קירוב רחוקים.
אויך היינטיגע צייטן ווען דער רבי שליט"א קען ליידער מער נישט אפרעכטן די נסיעות, איז ר' זלמן לייב ווייטער עומד ומשמש מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, און ער איז צוגלייך ווייטער אקטיוו צו העלפן דעם רבי'ן עוסק זיין אין די קירוב רחוקים מיסיעס, און אלע פעולות פון קירוב רחוקים וואס דארף ווערן ערלעדיגט, וועט עס דער רבי שליט"א אויספירן דורך יד ימינו ר' זלמן לייב, וואס איז עומד הכן צו אויספירן דעם רבי'נס באפעלן תיכף ומיד. אויך אלע הזכרות גייט דורכ'ן גבאי'ן ר' זלמן לייב, און ער איז שטענדיג אין צימער ביי קבלת קהל. ווי אויך זארגט ער זיך פאר אלע גשמיות'דיגע געברויכן ביים רבי'ן אין שטוב, און מאכט זיכער אז ס'זאל אלעס זיין אהערגעשטעלט על צד היותר טוב.
דער צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' ישעי' לאקס, וועלכער איז אויפגענומען געווארן בשנת תשס"ט, נאך אלס בחור, ווען ער האט אנגעהויבן באגלייטן דעם רבי'ן בארבע כנפות הארץ, ממש ביז די ווייטסטע מקומות אויפ'ן ערד-קוגל, וואו אימער דער רבי איז נאר אנגעקומען מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, איז ר' ישעי' מיטגעפארן און באגלייט דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.
היינטיגע צייטן איז ר' ישעי' דער מנכ"ל פונעם מוסד הק' "אור עולם" וואס דער רבי שליט"א האט מייסד געווען, און אלעס וואס האט מיט די פעולות פון קירוב רחוקים דורכ'ן רבי'ן שליט"א, ווערט אויסגעפירט דורך ר' ישעי'. אזוי אויך איז ר' ישעי' דער הויפט מפקח אויף אלע געזונטהייט ענינים ביים רבי'ן.
ר' ישעי', צוזאמען מיט ר' זלמן לייב ראזענבערג, זענען מסור בלב ונפש פאר'ן רבי'ן און זענען עומדים הכן 24 שעה א טאג צו באדינען דעם רבי'ן, און זיי טוען זיך גאר גוט פארשטיין און קאמוניקירן מיט'ן רבי'ן, וואס צוליב זיין שווערע געזונטהייט מצב, ווען דער רבי רעדט מיט'ן מאשין, זענען די צוויי גבאים די וואס פארשטייען זיך מיט'ן רבי'ן אויף וואונק, און דער רבי פארלאזט זיך אויף זיי מיט אלע ענינים.
דערנאך איז דא א גבאי הרה"ח ר' שלמה גרינבערגער, ער באגלייט דעם רבי'ן צו שמחות, און ער איז אויך דעם רבי'נס "דרייווער", און ער האט געוויסע שעות וואס ער איז משמש בקודש פנימה.
אזוי אויך איז דא א ספעציעלער "קוויטל שרייבער", הרה"ח ר' אברהם שמחה מאנדעל.
אויך איז דא א מקורב בקודש פנימה, הנגיד ר' יעקב הערש ראזענוואסער, וואס אין די פריערדיגע יארן פלעגט ער באגלייטן דעם רבי'ן אויף די נסיעות, און ער איז נאך ביז'ן היינטיגן טאג עומד ומשמש מיט פארשידענע ווכטיגע תפקידים.
• בחצר הקודש מונקאטש •

דער משב"ק ראשי אין חצר הקודש מונקאטש איז הרה"ח ר' יעקב אליעזר כהן, א זון פון הרה"ח ר' שלמה זלמן כהן ז"ל.
זיין פאטער ר' שלמה זלמן איז נתקרב געווארן לחצה"ק מונקאטש אין די אנהייב תש"ל יארן, און פלעגט אפט דאווענען אין מונקאטשער ביהמ"ד. ר' יעקב אליעזר איז נאך אלץ יונגל נתקרב געווארן צו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, און האט אנגעהויבן ארויסהעלפן אין שטוב, ווען ער איז זוכה צו א קירבה יתירה פונעם רבי'ן שליט"א.
אין די סוף תש"ל יארן, ווען ער איז געווען א בחור, האט ער אנגעהויבן צו דינען אפיציעל אלס 'הויז בחור', און ער האט זוכה געווען דערביי מיטצוהאלטן היסטארישע געשעענישן, און באזוכן ביי אדמור"ים ורבנים פונעם דור הקודם.
נאך זיין חתונה האט מען אים אויפגענומען צו דינען אלס משב"ק, און זינט דאן איז ער עומד ומשמש בנאמנות יתירה. ביי יעדן מעמד בהשתתפות פונעם רבי'ן שליט"א איז ער עומד ומשמש, ארינגערעכנט תפילות, טישן, שמחות וכדו'. אזוי אויך בעת די זמני קבלת קהל, פירט ער אן די ווירטשאפט בנאמנות, און דורכאויס די יאר וועט ער אויך שרייבן די קוויטלעך, אויסער אין די ימים הנוראים, ווען דער ציבור איז בליעה"ר גרויס, און ס'איז פארהאן א באזונדערע קוויטל שרייבער.
ר' יעקב אליעזר איז אויך עומד בראש ביי די צוגרייטונגען צו אלע גרעסערע מעמדים בחצר הקודש, ווי ער גייט איבער די פלענער וכדו', ועל פיו יושק כל דבר.

דער צווייטער גבאי איז הרה"ח ר' מאיר יוסף פרענקל, וואס דינט שוין רבות בשנים אלס יד ימינו ונאמן ביתו פונעם רב שליט"א.
ר' מאיר יוסף שטאמט שוין פון דורי דורות חסידי מונקאטש, זייענדיג אן אייניקל פון הרה"ח ר' שלמה פרענקל ז"ל, וועלכע האט זיך נאך מסתופף געווען בצל קדשו פונעם מנחת אלעזר זי"ע, און ער איז אויך געווען שטארק אקטיוו ביים התמנות פונעם רבי'ן שליט"א פאר רב און רבי.
ר' מאיר יוסף איז אויפגעוואקסן אלס קינד אין שטאט לאס אנדזשעלעס, און פלעגט אפט קומען צו פארן צום רב, און נאך אלץ קינד אין די תש"כ יארן, האט ער זוכה געווען אז דער רב האט אים מקרב געווען. אין די תש"ל יארן איז ער געווען פון די יחידים ווארס זענען מיטגעפארן מיט'ן רב אויף די שווערע און סכנה'דיגע נסיעה צום שטאט מונקאטש, וועלכע איז נאך דאן געווען אונטער די קאמוניסטן, ווען דער רב איז געפארן ראטעווען קברי אבותיו הק'.
שפעטער האט ר' מאיר יוסף זיך געצויגן קיין בארא פארק, וואו ער איז געווארן פון די נאנטע מקורבים ביים רב. פאר לאנגע יארן איז ער געווען בעיקר שטארק אקטיוו אין די מוסדות, עפ"י בקשתו פונעם רב, און אין די לעצטערע יארן איז ער איבערגעגעבן בלב ונפש פאר'ן רב'ס שטוב, דינענדיג אלץ יד ימינו ונאמן ביתו פונעם רב שליט"א.

בנש"ק הרב ר' חיים שטיין שליט"א, איז א זון פון הרב אפרים אהרן שטיין ז"ל, און אן אייניקל פון כ"ק גאב"ד פאלטישאן שליט"א ולרפו"ש.
זיין פאטער – ר' אפרים ז"ל – איז נתקרב געווארן צו חצר הקודש מונקאטש אין די סוף תש"מ יארן, ווען זיין פאטער, דער פאלטישאנער רב האט געדינט אלס מנהל אין די מונקאטשער ישיבה, און אדאנק דעם האט ר' אפרים געלערנט אין די ישיבה. ר' אפרים האט דאן נהנה געווען פון א חיבה יתירה ביים רבי'ן אין וועמען ער איז געבליבן אדוק ומקושר אלס חסיד נלהב אלע זיינע יארן, ביז צו זיין פריצייטיגע פטירה אין יאר תשע"ד.
ר' חיים האט אנגעהויבן קומען צום רבי'ן מיט זיין פאטער אלס יונג קינד, און נאך אלס יונגל האט ער אנגעהויבן שטיין אוטערן רבי'נס בענקל בעת די דברות קודש, אז ער זאל קענען הערן יעדעס ווארט, א חזקה וואס ער האלט נאך אן ביז היינט. ער איז נאנט געווארן ביים רבי'ן אין שטוב אלס יונגער בחור, אין די אנהייב תש"ע יארן, און דער קשר איז בלויז שטערקער געווארן מיט די יארן, ווען ער איז עומד ומשמש מיט א זעלטענע געטריישאפט און איבערגעגבנקייט, און ער געפונט זיך מיטן רבי'ן ביי אלע תפילות, טישן, מעמדים און שמחות, ולא זז ידו מתוך ידו.

ווי אויך איז אקטיוו אלס נאמן בית הרה"ח ר' חיים פריעדמאן, וועלכע געט זיך אוועק בנאמנות צו משמש זיין דעם רבי'ן מיט פארשידענע וויכטיגע תפקידים.
ווי אויך זענען פארהאן עטליכע געטרייע נאמני בית וואס געבן זיך אפ מיט פארשידענע סארט תקפידים בבית המלך.
הרה"ח ר' יצחק דוד מייער, אן אייניקל פונעם באקאנטן עסקן און כלל טוער הרה"ח ר' חיים ראטה ז"ל, וועלכע האט גענאסן פון א קירבה יתירה ביי פילע צדיקים אין דער אלטער היים, אריינגערעכנט ביים מנחת אלעזר זי"ע.
זיין פאטער – ר' יעקב קאפיל ז"ל איז נתקרב געווארן צום רב שליט"א, און ר' יצחק דוד האט זיך מסתופף געווען בצל הקודש נאך אלס בחור, אין די תש"ל יארן.
ר' יצחק דוד דינט אלס קוויטל שרייבער אין די ימים הנוראים, און ווען דער רב פארט ארויס פראווענען דעם ציבור אין אנדערע שטעט. אזוי אויך דינט ער אלס משמש בקודש ביי די טישן, וואו ער איז ממונה צו פארטיילן די שיריים וכדו'.
דער הויז-בחור ביים רבי'ן איז הבחור החשוב צבי הירש ראזען. דער דרייווער איז הרה"ח ר' נתן חיים יאסעפי הי"ו.
• בחצר הקודש ספינקא •

בחצר הקודש ספינקא איז דער גבאי ראשי הרה"ח ר' אברהם חיים זילבער, וועלכער איז אויפגענומען געווארן לשרת בקודש בשנת תש"ס.
ר' אברהם חיים איז גרייט צו באדינען דעם רבי'ן מיט געוואלדיגע געטריישאפט, ער שטעלט אויס דעם סדר היום פונעם רבי'ן און ער באגלייט דעם רבי'ן צו מעמדים, און ער דינט אויך אלס דעם רבי'נס דרייווער.
ווען מ'וויל אריינגיין צום רבי'ן אויף הזכרות און לעצה ולברכה, גייט עס דורך ר' עמרם חיים, און ער באגלייט אויך דעם רבי'ן ביי די באזוכן אין די מוסדות און אינעם היכל הכולל.
דער צווייטער משב"ק איז הרה"ח ר' יעקב קאפיל רובין, וועלכער האט שוין באדינט דעם רבי'ן אלס בחור, און ער איז ווייטער משמש בקודש אין ביהמ"ד ביי די טישן און תפילות.
אויך איז דא דער גבאי הרה"ח ר' יוסף יום טוב בלאך וועלכער וואוינט אין בני ברק, אבער ער איז מער אין בארא פארק ווי אין בני ברק, קומענדיג צו פארן מהתם להכא פאר יעדע קלענסטע מאורע, אפילו עס זאל נאר זיין א ברית פונעם רבי'נס אייניקל קומט ער צו פארן באדינען דעם רבי'ן, אנהאלטנדיג די עבוה"ק בשימוש הצדיק וואס ער האט אנגעהויבן נאך תיכף ווען דע רבי איז ארויף לכס האדמורו"ת בשנת תשמ"ח.
תגובות