דינסטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
ויהי בנסוע:
גרויסע און היסטארישע נסיעות זענען אונטערגענומען געווארן דורך גדולי האדמורי"ם איבער די וועלט, מחזק צו זיין די חסידים אין אלע שטעט, פוקד זיין די מקומות הקדושים און אויפצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים און פארשידענע וויכטיגע צוועקן, עס רעכנט אריין גרויסע און היסטארישע שבתים במחיצת קדשם.
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אונטערגענומען א היסטארישע מסע הקודש 'בני היכלא' קיין אייראפע מתפלל צו זיין ביי די קברי הצדיקים, און האט געפראוועט א היסטארישע שבת אין שטאט קראקא, אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מסע הקודש קיין אייראפע לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח משה, און געפראוועט א געהויבענעם שבת בעיר האבות סיגוט, נאכגעפאלט מיט א געהויבענע מעמד התפילה באתרא קדישא ליזענסק, אונטערוועגנס האט די רבי באזוכט בקרב חסידיו אין אנטווערפן.
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א היסטארישע נסיעה קיין לאנדאן לרגל די חתונה פון א אייניקל און געפראוועט א גרויסע שבת אין ענגלאנד מיט חסידיו תושבי אייראפע.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט זיך מטריח געווען בטלטולי דאורחא טראץ חולשת גופו הטהור אויף א נסיעה קיין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די קאמפיין 'באהבה וברצון' פארן אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, זייענדיג אין אמעריקא האט די רבי אפגעראכטן געהויבענע שבתים אין קרית יואל און באשיינט די חתונה פון א אייניקל, און די חנוכת הבית והנחת אבן הפינה בבית מדרשו אין בארא פארק.
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ספעציעל ארויסגעפארן פראווען א געהויבענע שבת 'מתנה טובה' אין א פראכטפולע האטעל אין ניו זשערסי לטובת השלמת בנין בית וויזניץ, און געפראוועט דעם שבת אינאיינעם מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א איז ארויסגעפארן חודש אלול קיין ארץ ישראל אויף א געהויבענע נסיעה 'והופע והנשא' כאות הוקרה והערכה פאר די חסידים תושבי ארץ הקודש תומכי בניני המוסדות אין ירושלים און בני ברק א נסיעה וואס האט זיך פארצויגן גאנצע דריי וואכן, אריינגערעכנט א געהויבענע שבת מיט די חשובע תומכים אין מושב צפריה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אונטערגענומען א היסטארישע נסיעה קיין אנטווערפן מחזק זיין די ארטיגע קהילה, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים פון ארץ ישראל, ווי די רבי האט אפגעראכטן די טיש לרגל חמשה עשר בשבט אינעם ארטיגן וויזניצער ביהמ"ד.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט געפראוועט א היסטארישע שבת מיט תומכי מוסדותיו הקדושים באתרא קדישא ליזענסק אין פולין.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מסע הקודש קיין פולין, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער נגידי ותומכי המוסדות.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע שליט"א האט אונטערגענומען א געהויבענע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט פילע חסידים לרגל די חתונה פון א אייניקל און א געהויבענע נסיעה בעבור אבותינו שבטחו בך צו די מקומות הק' אין אייראפע, צוזאמען מיט די נגידים בעם תומכי המוסדות, דער הויכפונקט איז געווען דער שבת כולו רוחני אין עיר הקודש רימנוב.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט הונדערטער חסידים לרגל די חתונה פון א אייניקל.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א היסטארישע שבת מחוץ לעיר מיט די נגידי ותומכי בנין ביהמ"ד הגדול והחדש ההולך ונבנה.
די היסטארישע מסע הקודש 'בוני תפארה' וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האט אינטערגענימען אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול, ווי די רבי האט פוקד געווען די ציון פונעם הייליגן חתם סופר און געפראוועט א דערהויבענע שבת אינעם עיר מלוכה ווויען.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אונטערגענומען א מסע מרומם 'יחידי סגולה' צום שטאט קיעלץ אין פולין, ווי עס איז געפראוועט געווארן א געהויבענעם שבת סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק רבי מאטעלע קוזמירער זי"ע מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
חודש אייר האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א געהויבענע ביקור קודש 'מלך במלוכה' פאר א חודש צייט בקרב חסידיו אין שטאט אשדוד, אריינגערעכנט געהויבענע שבתים ומעמדי קודש און יום ל"ג בעומר אויף א גרויסע פארנעם.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט באזוכט אין מאנטשעסטער לחיזוק עדת צאן מרעיתו און דארט געפראוועט א געהויבענעם שבת, זייענדיג אינטערוועגנס אהיים פון ניו יארק ווי די רבי האט געוויילט לרגל די חתונה פון א אייניקל.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איז אפגעפלויגן אויף א קארצע באזוך אין ארץ ישראל מנחם אבל זיין מקורבו הנגיד החסיד ר' חנוך סגל, ווי די רבי האט אויסגענוצט די געלעגנהייט אויף א תפילה ביים כותל המערבי און באזוכן קהל חסידיו און די מוסדות הקדושים.
כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א האט אפגעראכטן א ערשטמאליגע באזוך אין לאנדאן הבירה, איבערהויפט א שבת ביי וועלכן האבן זיך באטייליגט טויזנטער תושבי העיר.
כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט אפגערייזט קיין אייראפע מיט קהל חסידיו און גפראוועט א שבת באחוזת אבותיו אין שטאט פאפא.
כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז צום ערשטן מאל ארויסגעפארן אויף א געלט שבת מחוץ לעיר, 'שבת נכספה' אין די בית האלה הטעל מיט די חסידים וואס האבן בייגעשטייט גרויסע סכומים פארן פראייעקט הרחבת הגבולים אין ביהמ"ד הגדול סלאנים אין בני ברק.
כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה 'תרעין פתיחין' צו די מקומות הקדושים אין פולין אין די טעג ארום ל"ג בעומר לקראת די חתונה פון בן זקוניו.
המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א האט באזוכט אין לאנדאן הבירה אויף א גרויסע כינוס קעגן די פגעי הזמן בהשתתפות טויזנטער תושבי העיר.
ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד וכו' ישראל:
פון די געשעענישן פון יאר איז געוויס געווען די פילע כינוסי קודש, כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם, כינוסים און אסיפות וואס האט צוזאמגעברענגט טויזענטער אידן לשמוע את דבר ה', גרויסארטיגע מעמדים מיט די באטייליגונג פון צענדליגע טויזענטער, אנשים ונשים, זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם, לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און מחזק צו זיין דעם עול התורה, לימוד התורה, און לומדי תורה, אזוי אויך מעמדי חנוכת הבית, הנחת אבן הפינה, פאר א גרויסע צאל בנינים פאר מוסדות התורה, בתי מדרשים, און פרישע געגנטער צו וואוינען פאר אחינו בני ישראל.
די גרויסע מעמד קבלת שבת, ווי עס איז געפייערט געווארן א חגיגה לרגל התחלת הלכות שבת אין ראם פון דרשו, די מעמד איז געווען במקהלות אלופי אלפי ישראל און איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל וועלעכע האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים.
די היסטארישע מעמד אדירי התורה חודש סיון לכבודה של תורה דורך הנהלת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, וועלעכע איז פארגעקומען צום דריטן יאהר אין שפוץ פון גדולי ומאורי הדור.
די ריזן כינוס הצלה אין שפוץ פון הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ אין בני ברק במקהלות אלופי אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, נאכגעפאלגט מיט א גרויסע כינוס הצלה אין לאנדאן הבירה.
א גרויסע כינוס אדמור"י ורבני העיר בני ברק ארגאנאזירט געווארן דורך ארגון 'הקשיבה'.
די גרויסע כנסיה לשם שמים 'הדעה והדיבור' ווי טויזנטער חסידי סאטמאר האבן זיך פארזאמלט לשמוע את דבר ה' די חובת השעה און די השקפה ברורה בדרך הסלולה אמבאלאנג די יעצטיגע שעת מלחמה אין ארץ ישראל.
די גרויסע חגיגות בחצר הקודש סקווירא לרגל דאס התייסדות פון א נייעם סקווירא שטעטל אין בעטעל וואו הונדערטער חסידי סקווירא וועלן בקרוב קובע זיין מקום מושבם.
בחצר הקודש סאטמאר האט מען באנייט די ריזן היכל בית המדרש אלטר יחזקאל אין קרית יואל וועלעכע איז בליץ שנעל אויפגעבויט געווארן, ביי א גרויסע שבת חנוכת הבית נאכגעפאלגט מיט א מעמד מכונך והיכלך, אויך איז פארגעקומען א גרויסע מעמד חנוכת הבית פארן בנין התלמוד תורה בנין ליפא פרידמאן אין בארא פארק.
א גרויסע כינוס 'מאי בעלזא' איז פארגעקומען פאר טויזנטער בחורים פון אלע בעלזא ישיבות אין ארץ ישראל בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, אויך זענען פארגעקומען היסטארישע מעמדים במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, צווישן זיי די גרויסע מעמד אודה אינעם היכל הגרויסע שטוב פאר נגידי ותומכי מרכז מוסדות בעלזא אפצייכנדיג אכציג יאהר פונעם נס ההצלה פון הרה"ק מבעלזא און אחיו הגה"ק מבילגורייא זצ"ל.
די גרויסע אסיפה וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט פארופן פאר כלל חסידיו ומעריציו, ווי די רבי האט אפאלירט אראפנעמען פון די שווערע עול וואס ליגט אויף איהם צוליב די שווערע חובות וואס די ריזן בנין בית וויזניץ פארמאגט.
די גרויסע מעמד פתיחת ההיכל בחצר הקודש סקווירא ווען מען האט ביים ענדע פונעם יאהר באנייעט די פראכטפולע היכל הבית מדרש הגדול והחדש אין סקווירא שטעטל, אריינגערעכנט די חדרי התפילה, ביים גרויסן מעמד א' דסליחות אין שפוץ פונעם רבי'ן שליט"א.
די גרויסע מעמד חנוכת הבנינים בחצר הקודש באבוב לרגל דאס באנייאונג צוויי פראכטפולע נייע בניני המוסדות אין בארא פארק, א נייער מיידל שולע און נייער תלמוד תורה בנין לשם ולתפארת.
בחצר הקודש באבוב 45 האט מען באנייט די גרויסער בנין התלמוד תורה אויף די 15'סטע עוועניו אין בארא פארק ביי א גרויסער מעמד חנוכת הבית, און סוף יאהר איז געלייגט געווארן די אבן הפינה פאר די בנין המתיבתא אין בארא פארק וואס בויעט זיך מיט א שנעלן אימפעט.
די גרויסע כינוס 'לעשות רצונך' בחצר הקודש צאנז וואס האט פארזאמלט די טויזנטער חסידים הערן די חובת השעה פונעם רבי'ן שליט"א זיך מחזק זיין קעגן די פגעי הזמן.
בחצר הקודש תולדות אהרן איז פארגעקומען א גרויסע מעמד סיום חצי ש"ס אין ראם פון חברת עמוד היומי פון די קהילה בהשתתפות גדולי ישראל, אויך איז פארגעקומען די גרויסע מעמד המייסדים ווי עס איז אויפגעטריבן געווארן סכומים אדירים פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול.
די גרויסע חגיגת הנחת אבן הפינה פאר די נייע גיגאנטישע יונגל קעמפ "מחנה אהל יוחנן" ראחמיסטריווקא אין עלענוויל, אין שפוץ פון האחים האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא.
א זעלטענער מעמד "פדיון פטר חמור" אפגעראכטן געווארן אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדריק, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכער האט אלס כהן מיוחס געדינט אלס כהן הפודה, אזוי אויך איז פארגעקומען א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לזכותו פונעם רב שליט"א.
ופקדו שרי צבאות בראש העם:
דורכאויס די יאר זענען צוגעקומען צום עולם התורה והחסידות פילצאליגע פרישע רבנים, נייע רבי'ס, ראשי ישיבות, רבני הקהילות, וואס זענען געשטעלט געווארן בראש העם, שטיין אין שפיץ פון קהילות קדושות, אנפירן א עדה חסידים, און שטיין צו די רעכטע האנט פון אידישע קינדער און זיי נענטער ברענגען צום אויבערשטן ברוח ובגשם.
"ובא השמש וזרח השמש" האט זיך אנגעזעהן אין דעם יאר, ווען עס איז נסתלק געווארן א רייע אדמורי"ם ורבנים, און ווי פארשטענדליך איז אויפגענומען געווארן פרישע גדולים אלס ממלא מקום, צו ערפילן דעם פלאץ און ווייטער פירן די עדה הקדושה.
כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א: הרה"צ רבי יצחק יוסף דב ראבינאוויטש די דריטע זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל 'מבשר טוב' און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, וועלעכע איז אויפגענימען געווארן אלס ממלא מקום דורך כלל חסידי ביאלא ככלות ימי השבעה צו די הסתלקות פון אביו הגדול על פי צוואתו הקדושה
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א: הגה"צ רבי אהרן מאיר פורטוגאל בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל און איידעם ביים פעטער הגה"צ רבי שלמה אליעזר ברונשטיין אב"ד טערניווא וועלעכע איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום אביו הגדול בהנהגת העדה.
כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א: הגה"צ רבי אליעזר זוסיא פורטוגאל שליט"א, די צווייטע זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלעכע איז געקרוינט געווארן באדמורו"ת סקולען להמשיך דרך אבותיו, און וועט בקרוב הימים אוועקשטעלן זיין הויף אין שטאט לינדען.
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א: הגה"צ רבי מנחם מענדיל דוד האגער די צווייטע זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וועלעכע איז אויפגענימען געווארן ביי די מסע הלויה פונעם פאטער למלאות מקום קדשו.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א: הגה"צ רבי ישעי' משולם זושא טווערסקי זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, וועלעכע האט עטליכע חדשים נאך די הסתלקות פון אביו הגדול נעתר געווארן לבקשת חסידיו ומעריציו און אוועקגשטעלט זיין הויף אין שטאט וויליאמסבורג.
כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א: הגה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, וועלעכע האט עטליכע חדשים נאך די הסתלקות פון זקינו הגדול אנגענומען די אדמורו"ת נאך מערערע הפצרות מיטן נאמען פון 'ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי'.
כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א: הגה"צ רבי זלמן לייב אייכנשטיין בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלעכע איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום אביו הגדול ככלות ימי השבעה להסתלקותו.
כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א: הגה"צ רבי אברהם ראבינאוויטש בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא טעמשוואר זצ"ל וועלעכע איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום אביו הגדול ביי די מסע הלויה.
כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א ארה"ב: הגה"צ רבי הלל ראבינאוויטש די צווייטע זון פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ רבי יהושע לייפער אב"ד באר משה פרעמישלאן וועלעכע איז אויפגענימען געווארן ממשיך זיין דרך אבותיו הקדושים נאך די הסתלקות פונעם פאטער.
כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א: הגה"צ רבי דוד לייב קלאגאהפט זון פון כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, וועלעכע איז אויפגענימען געווארן ממשיך זיין דרך אבותיו הקדושים נאך די הסתלקות פונעם פאטער.
אב"ד אמונת ישראל שליט"א: הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום זקינו הגדול מרן המשגיח הגה"צ אב"ד אמונת ישראל זצ"ל לאחר הסתלקותו לשמי רום.
אב"ד אמונת ישראל שליט"א: הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן זון פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל וועלעכע איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום אביו הגדול בבית מדרשו אין מאנסי.
גאב"ד סיגעיט שליט"א: הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש בנו הגדול פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, און א איידעם ביי הגה"צ ר' שמעון זאב מיללער זצ"ל אבד"ק אראד, וועלעכע איז אויפגענימען געווארן למלאות מקום אביו הגדול ביי די מסע הלויה.
אב"ד ביקאוואסקא לאנדאן: הגה"צ אבי ישכר מאיר פינטער יונגסטער זון פון הגה"צ ר' שמעלקא פינטער זצ"ל אב"ד ביקאווסקא, מייסד און נשיא פון די מוסדות יסודי התורה אין לאנדאן, און אן איידעם ביי הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב וועלעכע איז אויפגענימען געווארן אלס ממלא מקום ביים לויה פון אחיו הגדול הגה"צ רבי חיים פינטער זצ"ל.
ווי אויך האט זיך שטארק אנגעזעהן דעם יאר די "ויתנו לך כתר מלוכה" ווען פילצאליגע קהילות איבער די וועלט האבן אויפגענומען נייע רבנים להעמיד הדת על תילה, יורה יורה ידין ידין, און מערערע מעמדי הכתרה האבן פארנומען דעם אויבן אן פון נייעס אין רעבישע הויפן.
בראש ובראשונה די היסטארישע הכתרה ווען די בארימטע קהילה 'אגודת אחים' אין ציריך שווייץ האט אויפגענימען א נייעם רב הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדאווא זון פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א און איידעם ביים פריערדיגן רב דקהל אגודת אחים הגאון הגדול רבי שאול ברייש זצ"ל, וועלעכע איז ביי די קהלה-וואלן אויפגענימען געווארן דורך רוב דיעות אלס דער נייער רב הקהלה למלאות מקום חותנו הגדול עטליכע יאהר נאך זיין פטירה.
א היסטארישע הכתרה איז פארגעקומען אין די לשכת הביד"ץ פון די עדה החרדית בעיר הקודש ירושלים, וואו עס איז אויפגענומען געווארן א נייער חבר הביד"ץ הרה"ג ר' אהרן בראנדסדארפער שליט"א דיין ומורה צדק פון קהל הקודש תולדות אהרן בעיר הקודש ירושלים, איידעם פון הגה"צ רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם.
ק"ק צמח צדיק וויזניץ אין אלעד האט אויפגענימען א נייע רב אין די קהילה נאך די פטירה פון הגה"צ רבי מנחם מענדיל פקשר זצ"ל, הרה"ג ר' פסח ישראל שנעעבאלג שליט"א זון פון הגה"צ רבי פנחס שנעעבאלג שליט"א ראש ישיבה לצעירים וויזניץ אין לאנדאן און איידעם ביי הגאון האדיר רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים.
כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א האט אויפגענימען זיין זון הרה"צ רבי דוד דב טאוב איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א אלס רב חסידי מודזיץ אין ביתר.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט אויפגענימען זיינע חשובע איידעמער אלס רבני הקהילה, חתנו הרה"צ רבי ישראל טווערסקי אלס רב ואב"ד פון ביהמ"ד אמרי חיים וויזניץ אין בני ברק, און חתנו הרה"צ רבי שניאור זלמן ארנסטר אלס רב ביהמ"ד תורת מרדכי אין רמה ד' בית שמש.
כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל האט אויפגענימען אלס רב הקהילה אין קרית גת זיין אייניקל הרה"ג ר' יחיאל חיים ליברמאן זון פון הגאון רבי יקותיאל ליברמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים און איידעם ביי הרה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש אב"ד ביאלא המרכלים.
ק"ק ראחמיסטריווקא אין רמה ד' בית שמש האט אויפגענימען אלס רב הקהילה הרה"צ רבי אלטר משה טווערסקי זון פון הרה"צ רבי וועלוועל זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
ק"ק וויזניץ אין חיפה האט אויפגענימען הרה"ג ר' יצחק נח האגער זון פון כ"ק אדמו"ר מאנטניא און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה אלס דיין און מורה צדק פון דער ארטיגער קהילה.
ק"ק אמרי חיים וויזניץ אין עפולה האט אויפגענימען אלס רב הקהילה הרה"ג ר' משה בן ציון לוריא זון פון הגאון הגדול רבי משולם זושא לוריא זצ"ל דומ"ץ קרית וויזניץ.
ק"ק ראחמיסטריווקא לעיקוואד האט אויפגענימען הרה"ג ר' חיים יוסף ברייער פון מאנסי אלס א דיין און מורה צדק אין די קהילה
ק"ק דושינסקיא אין רמה ד' 2 בית שמש האט אויפגענימען הרה"ג ר' אהרן יהושע וייס אלס די רב הקהילה.
ק"ק טשערנאביל אין הר יונה האט אויפגענמען הרה"ג ר' אהרן פאללאק זון פון הגה"צ אב"ד גראסווארדיין סטעטן איילענד און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א אלס רב הקהילה.
Comments