מאנטאג פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שווערע געפילן האבן ליבאוויטשע חסידים אויפגענומען די אומגינסטיגע אורטייל דורכ'ן אמעריקאנעם אפעלאט געריכט, בנוגע די היסטארישע אוצר הספרים פון די רביים הקדושים זי"ע לבית חב"ד לדורתם, וואס ליגט ליידער קאנפיסקירט שוין 110 יאר ביי די רוסישע רעגירונג.
די גרויסע אוצר הספרים פון די ערשטע 5 רביים, באקאנט אלס די 'שניאורסאהן לייבערי’, און באשטייט פון 12,000 ספרים און 50,000 בריוון האבן א היסטארישע ווערד אין חב"ד. ווען כ"ק הרש"ב מליובאוויטש זצ"ל איז אריבער קיין ראסטאוו ביים ערשטע וועלט מלחמה האט ער איבערגעלאזט דעם גאנצן אוצר הספרים אין מאסקווע און עס איז געווארן קאנפיסקירט דורך די סאוויעטן וואס האבן עס אריינגעשטעלט אין די לענין ביבליאטעק.
דורכאויס פילע יארן האט אגודת חסידי חב"ד געארבעט אויף אלע פראנטן צו באקומען דעם אוצר סיי אויפן פלאמאטישע פראנט און סיי אין געריכט אבער אן ערפאלג. פאר פערצן יאר צוריק האט אן אמעריקאנער געריכט געאורטיילט אז רוסלאנד דארף דאס צוריקגעבן, עטליכע יאר שפעטער האט א צווייטע ריכטער ארויפגעלייגט א געלט שטראף פון $50,000 א טאג וואס רוסלאנד פאלגט נישט אויס די אורטייל.
די עסקנים האבן אייביג געהאפט אז די געלט שטראף וואס איז שוין געוואקסן צו 175 מיליאן דאלאר וועט עווענטועל צווינגען רוסלאנד דאס צו אריבערפירן צו זיי, אבער אצינד האט א ריכטער אין די פעדעראלע אפעלאט געריכט איבערדרייט די פריערדיגע פסק און געאורטיילט אז רוסלאנד דארף נישט באצאלן די שטראף מיט'ן אויסרייד אז דאס איז א ציווילע ארגאניזאציע וואס קען נישט קלאגן די רוסישע פעדעראציע וואס איז א זעלבסטשטענדיגע לאנד.
Коментарі