גרויס התעוררות ביי הילולא פון הרה"ק ר' לוי יצחק שניאורסאהן זצ"ל פאטער פון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין ווייטן קאזאכסטאן
- 5 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מאסן לויבאוויטשער חסידים פון איבער די גאנצע וועלט האבן אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם גרויסן צדיק ומקובל הגה"צ רבי לוי יצחק שניאורסאהן זצוק"ל, אב"ד יקטרינוסלב און פאטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל, צו דעם צוויי און אכציגסטן יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם מאנטאג ראה כ' מנחם-אב.
די וועגן וואס פירן קיין אלמא-אטא אינעם אראבישן לאנד קאזאכסטאן זענען געווען פול מיט הונדערטער און טויזנטער אידן וואס האבן זיך געלאזט אויפן וועג פון ארץ ישראל, די פאראייניגטע שטאטן, אייראפע און אסאך אנדערע מדינות איבער די וועלט, כדי צו פראווען די יארצייט סמוך ונראה צום ציון הקדוש וואס איז באוואוסט אלס מקום מסוגל להפקד בדבר ישועה ורחמים.
כאטש וואס פון ארץ ישראל איז געלונגען אהערצושטעלן א דירעקטע "טשארטער" פליגער פון ארץ ישראל, איז דער וועג קיין קאזאכסטאן נישט אנגעקומען גרינג פאר די אידן וועלכע זענען געקומען צופארן פון אנדערע מדינות. וויבאלד עס עקזיסטירן כמעט נישט קיין דירעקטע פליגערס קיין אלמא-אטא, האבן רוב פון די אידן געמוזט זיך אפשטעלן אין פארשידענע מוסלעמענער מדינות.
שוין אויף שבת יארצייט האבן הונדערטער געסט געוויילט אין אלמא-אטא, וואו זיי זענען אויפגענומען געווארן דורך דעם הויפט-רב פון קאזאכסטאן הרב ישעיה-אלעזר כהן און די אריגע שלוחי חב"ד, צוזאמען מיט זיי האבן זיך באטייליגט א רייע חשובע רבנים פון די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א די הויפט רב פון רוסלאנד, ווי אויך רבנים פון אראבישע און אנדערע לענדער ווי טערקיי, קאטאר, ניגריע, קפריסין און די פארייניגטע עמיראטן.
דאס לעבן און שאפן פונעם מקובל רבי לוי-יצחק זצ"ל איז געווען איין לאנגע קייט פון מסירות נפש פאר תורה און אידישקייט. אין זיינע יונגע יארן ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין די גרויסע שטאט יקטרינוסלב, און הרה"ק דער רש"ב מליובאוויטש זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט בשבחו מיט גרויסע הפלגות, "איש אשר רוח בו, למדן גדול וירא אלוקים בתכלית", כלשונו.
מיט דעם אויפקום פון דעם קאמוניסטישן רעזשים, האט זיך אנגעהויבן זיין גרויסע קאמף פאר אידישקייט. אלס רב פון שטאט האט ער זיך גארנישט אפגעשטעלט פאר זייערע סטראשונגען, נאר האט ווייטער עוסק געווען אין צושטעלן כשר'ע מקוואות, שחיטה, מצות אויף פסח און ברית מילה. אין יאר תרצ"ט איז ער איינגעשפארט געווארן דורך די קאמוניסטן און איז פארשיקט געווארן צום ווייטן דארף טשיאלי אין קאזאכסטאן, וואו ער האט במסירות נפש אראפגעשריבן זיינע טיפע חידושים בתורת הקבלה וואס זענען שפעטער ארויסגעגעבן געווארן אין די בארימטע סעריע ספרים "תורת לוי יצחק".
אין די זעלבע צייט איז אין דער שטאט קייעוו אוקראינע אפגעהאלטן געווארן א רירנדע צערעמאניע, ווען עס איז אויפגעעהנגען געווארן אן אפיציעלער הנצחה-טאוול אויף דעם בארימטן לוקיאנאוו תפיסה אין קיעוו, וואו רבי לוי-יצחק איז פארהאלטן געווארן אין די קאמוניסטישע יארן. ביים די איינדרוקספולע מעמד האט דער קאמאנדיר פון די תפיסה אויסגעדרוקט זיין ווייטאג איבער די אומגערעכטיגקייט פון די סאוועטישע מאכט, און מען האט איבערגעגעבן דעם ספר "ניצוצי לוי יצחק" פאר דעם פארבאנד פון די אוקראינישע תפיסות.











תגובות