וישישו בשמחה: חתונה הגדולה פון הכלה בת האד' מתולדות משה היינטיגן דאנערשטאג תולדות אין בני ברק
- sfbechatzros
- לפני 23 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און שפאנענדע ערווארטונג רישן זיך מאסן חסידים ומעריצים צו די חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג דעם קומענדיגן דאנערשטאג שמות. בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' א טאכטער פונעם רבי'ן שליט"א, מיט החתן א זוהן פון הרה"ג יעקב יהושע שטערן שליטא זוהן פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט''א רב מערב בני ברק און איידעם ביי הגה"צ רבי משה סופר זצ''ל אבד'"ק ערלוי צפת בן כ"ק האדמו"ר מערלוי זצוק''ל.
די חתונה הגדולה וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג תולדות, אין די גרויסער אודיטאריום אין בני ברק, בהשתתפות פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטלעבן די שמחת בבית רבם ומאורם.
באזונדער זענען ערווארטעט פילצאליגע געסט פון חוץ לארץ וואס זענען געקומען צו פארן לכבוד די שמחה ביים רבי'ן אין הויף. ווי די פריערדיגע שמחות אין תולדות משה וועט דער הויכפונקט פון די נאכט זיין די ריקודין קדישין וואס די רבי וועט אפרעכטן קרוב לחצות הלילה לכבוד שמחת חתן, אויף א געהויבענעם שטייגער.
די חתונה וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א פרייליכע וואך פון שבעת ימי המשתה, און במיוחד די צענטראלע שבע ברכות דורך קהל תולדות משה וואס וועט פארקומען די קומענדיגע וואך, ספעציעל געווידמעט פאר די פילע אורחים נכבדים.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים





