top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע רבישע חתונה במעונו פון האד' מקאסאני בית שמש חתן הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינע שמחת הנישואין איז געפראוועט געווארן אין שטאט בית שמש פון די כלה, יונגסטע קינד פון כ"ק אדמו"ר מקאסאני בית שמש שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל בעל דברי אמונה, מיט דעם חתן, א זון פון הגה"צ ר' שמעון נתן נטע האראנטשיק שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם האראנטשיק שליט"א מלעלוב, און איידעם ביי הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה. די שמחה איז פארגעקומען אין די  "הכרמים" זאל אין בית שמש, במקהלות עם רב חסידים ומעריצים פון די קאסאני הויף, און פילע חסידים ואנשי מעשה און תושבי בית שמש.


איידער די חופה האט מען אנטפנגען די געהויבענע פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען בטלטולי דאורחא צו באשיינען די גרויסע שמחה ביים חתונה פון בת אחותו, וואו עס איז איינגערישט געווארן א ספעציעלע לייכטע אריינגאנג צום בימת החופה צו פארגינגערן פארן רבי'ן.


דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא און נאכן חופה, געוואונטשן דעם חתן, די שוואגער האדמו"ר מקאסאני, און אלע מחותנים און זיידעס, ביים ארויסגיין איז דער רבי צוגעגאנגען צום עזרת נשים און געוואונטשן די שוועסטער די קאסאנער רביצין תליט"א.


ביים אריינקומען אינעם זאל צום סעודת החתונה האט ארויסגעשיינט די הערליכע אויסלייג מטעם ארגון "זה לזה" פאר אלמנות ויתומים, וואס שטייט אונטער די נשיאות פונעם קאסאנער רבי'ן און ווערט געפירט דורך די רעבעצין תליט"א, וואו עס זענען פארגעשטעלט געווארן אלע אפטיילונגען אונטער די ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פאר טויזנטער יתומים און אלמנות, צוזאמען מיט א ברכת מזל טוב פארן רבי'ן און די רעבעצין, באגלייט מיט הונדערטער "קבלות טובות" צעטליך דורך די יתומים אלס מנחת ביכורים צו די שמחה.


כחצות הלילה איז ערשינען דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכער האט אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו עס האט זיך אנטפלעקט א שיינער בילד ווען עס זענען אינאיינעם געזעצן און פארברענגט בשבת אחים די קינדער פון הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל אין א רייע אויף די בימת הכבוד. נאכן בענטשן האט דער תולדות אהרן רבי געזאגט שבע ברכות, און דערנאך האט דער בדחן ר' יוסף צבי ניילענדער אויפגערופן די חשובע פעטערס האדמור"ים והרבנים לבית קאסאני צום מצווה טאנץ.


דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין לפני הכלה, א באזונדערע פייערדיגער ריקוד מיטן שוואגער דעם קאסאנער רבי'ן שליט"א, דערנאך איז געשאפן געווארן א שיינער ריקוד פון אלע ברודער לבית תולדות אהרן וואס זענען געטאנצן לפני הכלה אויפן ניגון קה זכות אבות. ביים ארויסגיין איז דער תולדות אהרן רבי צוגעגאנגען צום עזרת נשים און געוואונטשן זיין שוועסטער די רביצין תליט"א. שפעטער האט נאכגעפאלגט די אנדערע ריקודין פון די זיידעס און מחותנים, ואחרון חביב ביים מצוה טאנץ פונעם מחותן האדמו"ר מקאסאני שליט"א וואס האט זיך פארענדיגט קרוב לעלות השחר.



תגובות


bottom of page