געהויבענע רבישע חתונה פון החתן בן המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב עב"ג הכלה נכדת האד' מנדבורנא י-ם
- לפני 58 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
בקול צהלה ורינה האבן זיך הונדערטער חסידים און אוהדים פון די הויפן נדבורנא ירושלים און לעלוב מיטגעפריידט דעם מיטוואך חמשה עשר באב ביים געהויבענעם שמחה בבית צדיקים, די שמחת הנישואין פון החתן זון פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, טאכטער ביי זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן מיטגעלעבט די לאנגע שעות פון שמחה והתעלות.
במעמד הקבלת פנים האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות און ניגוני ימים הנוראים, שטייענדיג אינעם גרויסן טאג פון חמשה עשר באב, און מען האט געהערט דברי כיבושין. נאכן באדעקן איז מען ארויס צום מעמד החופה פארנט פונעם זאל. דער נדברונא רבי איז געווען אנגעטון מיטן שטריימל פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, מחותן מצד החתן. קריאת הכתובה: דער פעטער הגה"צ המשפיע ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א אב"ד לעלוב. ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א און דער פעטער הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע, דער נדבורנא רבי שליט"א.
נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן מחול לצדיקים. א קורצע צייט דערויף האט מען אויפגענומען בשירה וזמרה, לקול מצהלות החסידים, דעם זיידן האדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א און די מחותנים הרבנים שליט"א. בשעת די שמחה האט דער מחותן הגה"צ ר' נחמן שליט"א מעודד געווען די ריקודין לאנגע שעות נאכאנאנד, געטאנצן לעבעדיג און דערהויבן דעם ציבור העכער און העכער. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען א קולירפולע ציבור חסידים מעריצים און געסט פון אלע עקן וועלט ביים זיך מיטפרייען בשמחתו פונעם משפיע שליט"א וואס מצודתו פרוסה איבער די גאנצע וועלט.
אינמיטן די ריקודין האט מען מפסיק געווען און מען האט צוגעגרייט דעם זאל צום מעמד המצוה טאנץ פונעם זיידן האדמו''ר מנדבורנה ירושלים. בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס האט אויפגערופן דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין, און נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט דער רבי אפגעראכטן די פלאם-פייערדיגע ריקודי קודש כדרכו א לענגערע צייט מיט גרויס שמחה והתלהבות.
שפעטער האט דער משפיע ווייטער אנגעפירט די ריקודין מיט גרויס שמחה. ברכת המזון און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיטן מצוה טאנץ פון דער זיידע הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, און דערנאך האבן געטאנצט די פעטערס לבית טשאבא. דאן האט צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ דער געהויבענער מחותן הגה"צ ר' נחמן שליט"א. איידער די מצוה טאנץ האט דער משפיע אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות, געפלאכטן מיט ווארימע ניגונים כהכנה דרבה, ארומרעדנדיג אויף די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען אצינד אויספועל'ן, און דאן געטאנצט די ריקודין קדישין לפני הכלה בהתלהבות אש קודש.דערנאך איז ער געטאנצן מיטן חתן און מחותנים. א באזונדערער ריקוד מיט אחיו המשפיעים הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן און הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א. דערנאך האט געטאנצט דער אבי הכלה, און צום לעצט האט מען אויפגערופן דעם חתן לפני הכלה.
עס איז שוין געווען נאך 5:00 אזייגער ווען דער ציבור האט פארלאזט דעם זאל נאך דער געהויבענער חתונה מיט פול השפעות טובות ברוחניות וגשמיות.























































