top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם סעודת הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דורך כולל עלות השחר שע"י מוסדות יערות הדבש

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינע מעמד סעודת הילולא לכבוד כ"ו אב, יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז פארגעקומען פאר די נאנט צו הונדערט אינגעלייט פון כולל עלות השחר שע"י מוסדות יערות הדבש, בראשות כ"ק הגה"צ המקובל רבי משה פריש שליט"א אבד"ק יערות הדבש.


א סעודה רחבה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד די חשובע אינגעלייט וואס זענען עוסק בתורה בהתמדה רבה יעדן פארטאגס פאר עטליכע שעה, דורכאויס דעם גאנצן יאר אן קיין אפשטעל, אפילו אין די בין הזמנים טעג.


מען האט געהערט א דרשה פון הרה"ג ר' ישראל בראג שליט"א ראש ישיבת תפארת אביגדור אין קליוולאנד, און א דרשה פון הרה"ג ר' טובי' פריינד שליט"א, וועלכער האט געברענגט א היסטארישע חפץ פון די היכלות פארשטעלונג, א היסטארישע שטריימל פונעם בעל ההילולא הרה"ק מסאטמאר זי"ע, מיט וואס דער סאטמארער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין אמעריקע בשנת תשי"ז, און דערמיט מקדש געווען דעם אמעריקאנעם באדן.


הגה"צ אבד"ק יערות הדבש שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דברות קודש, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט דעם הייליגן שטריימל, אויף די זעקסטע הקפה ניגון פון סאטמאר, אינאיינעם מיט די חשובע לומדי הכולל וואס האבן זיך מיטגעפריידט לכבודה של תורה ולומדיה.



תגובות


bottom of page