הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מפאר כבוד ביי מעמד כבוד התורה אין תלמוד תורה ברסלב - ירושלים
- sfbechatzros
- 26 בנוב׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן
נעכטן דינסטאג איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען צום נאסטאלגישן ברסלבער שוהל אין די מאה שערים געגענט וואו ער האט מפאר כבוד געווען ביים מעמד כבוד התורה דורך די הונדערטער תלמידים אין די ברסלבער תלמוד תורה אין מאה שערים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא.
ביים אנקומען האט זיך דער רב שליט"א באגריסט מיט הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב ונשיא המוסד, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה פאר די חשובע ילדי תשב"ר. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד של שמחה, שאפנדיג א מחזה הוד ווי די צוויי גדולי רבני ברסלב האבן זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם אין א פייערדיגן טאנץ.
דערנאך זענען אלע קינדער דורך ביים רב שליט"א וועלכער האט יעדער באזונדער געוואונטשן ווארימע ברכות, צום שלוס האט דער רב שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פארן הנהלת התלמוד תורה און אלע כלי קודש.





























תגובות