top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסוב צוגאסט אין עיה"ק ירושלים דורכאויס די זומער כמסורת אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל

  • לפני 30 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אנגעקומען קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי שליט"א וועט פארוויילן במשך די זומער וואכן למנוחת הנפש, אזוי ווי עס האט זיך געפירט אביו הגדול, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וועלכער פלעג אויסנוצן די זומער וואכן צו זיין עוסק בתורה ובעבודה, משלים זיין זיינע שיעורים בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, און דערמיט מזכה זיין די תושבי ארץ הקודש זיך צו מסתופף זיין בצלו, מיטצוהאלטן די שיינע שבתים וואס ליגט נאך גוט אין די ביינער.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל דעם מיטוואך, פרשת עקב. די ערשטע צוויי שבתים וויילט דער רבי אין ירושלים עיר הקודש. דערנאך וועט דער רבי פראווען א ספעציעלן שבת מחוץ לעיר אינאיינעם מיט די בחורי החבורות אין ארץ ישראל, און שפעטער וויילן א שבת אין עיר הקודש צפת ביים שווער, כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף במשך די זומער וואכן אין די הר כנען געגנט אין צפת.


דורכאויס שבת האט דער רבי געדאוונט די תפילות אין בית המדרש הגדול וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן, און שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אין בית המדרש סערט וויזניץ אויף רחוב גראסבערג.


לקראת די ימי הרחמים והסליחות, אינמיטן חודש אלול, וועט דער רבי שליט"א זיך צוריקקערן למעון קדשו אין בארא פארק.



bottom of page