top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד נרגש "הקמת מצבה" אין טיטשין על קברו פון רבי אליעזר ליפמאן זצ"ל פאטער פון הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק זי"ע

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גרויסער ציבור האט מיט גרויס התרגשות דקדושה מיטגעהאלטן פארגאנגענעם מאנטאג נאכמיטאג דעם היסטארישן מעמד "הקמת מצבה" על מקום מנוחתו פונעם איש צדיק תמים ונשגב, הרה"צ רבי אליעזר ליפמאן זצ"ל, דער הייליגער פאטער פונעם רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, אויפ'ן אור אלטן בית החיים אין טיטשין.


דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אלס א פאסיגער אריינפיר צו דער גרויסער הילולא קדישא פונעם קודש הקדשים דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, ווען פילע אידן וואס האבן זיך געפונען אין פוילן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן דעם מעמד נשגב.


שוין אנגעהויבן פון די פריע נאכמיטאג שטונדן זענען פארגעקומען די לעצטע הכנות. מ'איז געגאנגען נאכקוקן דעם גענויען ארט פונעם ציון, לויט די אנווייזונגען וואס מ'האט געהאט פון די עדות פון הרה"ח ר' יצחק לאנדא ז"ל, משב"ק ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכער האט איבערגעגעבן די פונקטליכע מקום מנוחה פונעם צדיק.


דאס התעוררות האט זיך שוין אנגעהויבן ביים דאווענען מנחה אינעם אהל, וואו א שיינע קבוצה אידן האט זיך פאראייניגט צום מעמד התפילה. נאכדעם איז מען צוגעטרעטן צום מעמד הקמת המציבה, וואו מען האט מיט גרויס כוונה געזאגט ספר רביעי שבתהילים און די אותיות פון דער מצבה.


דערנאך האט הגה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א אבד"ק תפלה למשה בארא פארק אויפגעטרעטן מיט א פלאמיגער דרשה, ארויסברענגענדיג דעם גודל הענין פון מנציח זיין זכרם פון די עלטערן פון צדיקים, וואס ברענגט א ספעציעלע נחת רוח פאר די צדיקים אליין און גיט א כח צו קענען פועל'ן רפואות וישועות פאר כלל ישראל.


ער האט אויך ארומגערעדט איבער דער קדושה פון דעם צדיק נסתר רבי אליעזר ליפמאן, וואס איז שטענדיג געווען א מקום מסוגל.


במשך דעם מעמד האט מען מעלה געווען על נס פעולותיו הברוכים פון הרבני הנכבד ר' יושע פיש הי"ו וועלכער האט זוכה געווען נאך מיט יארן צוריק איבערצובויען דעם גדר ארום דעם ביה"ח דורך דעם בארימטן עושה ומעשה הרה"ח ר' מענדל רייכבערג ז"ל, ונף ידו שנית איצינד אויסצוצאלן די הוצאות פון דער נייער מצבה.


צווישן די מערערע קבוצות ביים מעמד האבן זיך אנגעזען הרה"צ רבי יעקב משה טווערסקי שליט"א, אבד"ק תורי זהב הארנסטייפל אין וועסלי הילס, וועלכער איז געקומען בראש פון א גרויסער דעלעגאציע פון חסידים ואנשי מעשה, ווי אויך א גרויסע קבוצה אין שפיץ פונעם נדיב הרה"ח ר' יהושע פיש שליט"א.


באזונדער האבן זיך אנגעזען די שטאטישע באאמטע, אריינגערעכנט דער מעיאר פון שטאט און זיינע געהילפן, ווי אויך פארשטייער פון דער אידישער קהילה אין ווארשע.


מען האט געזונגען ווארימע ניגוני התעוררות און דביקות, און דער מעמד האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט א געוואלדיגן התרגשות, ווען אידן זענען זיך מקבל קבלות טובות און בעטן זיך אויס ישועות און רפואות וכל מילי דמיטב.



תגובות


bottom of page