top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשית ממלכתו: געהויבענע "שבת ראשונה" בצל האד' מישועת יעקב סקולען אינעם אדמת קודש ביהמ"ד סקולען אין וויליאמסבורג

עודכן: 4 במרץ

מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מב"ד, JDN


מיט לעכטיגע געהויבנקייט האבן הונדערטער חסידי ומעריצי בית סקולען זוכה געווען מיטצולעבן דעם "ערשטן שבת" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב מסוקלען שליט"א, במקום כהונתו אין סקולענער ביהמ"ד אין שטאט וויליאמסבורג.


דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם ערשטן שבת אינעם הייליגן נאסטאלגישער ביהמ"ד וואס האט איינגעזאפט אין זיך די קדושה עליונה קידשה לשעתו ולעתיד פון די שלשת הרועים צדיקי בית סקולען, בעל נועם אליעזר, בעל מאור ישראל, און בעל ישועת יעקב, זכר צדיקים לברכה, און אצינד האט מען דערלעבט די גאלדענע המשכה פון זייער עבודת הקודש דורך ממשיך דרכם האדמו"ר מישועות יעקב, וואס איז פאר עטליכע וואכן צוריק נכתר געווארן בכתר מלכות צו קומען מכהן זיין על ראש קהל עדתו אינעם סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.


לרגל דעם גרויסן שבת ראשונה איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער אינעם חצר הביהמ"ד אויף קיעפ סטריט, וואס איז געווארן אויסגערישט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן די הונדערטער חסידים און פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדא.


באזונדער האט מען ביותרת הכבוד אויפגענומען די משפחת המלוכה, קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן ז"ל דער ישועות יעקב, און מערערע אייניקלעך, און ווי אויך איז דער גאנצער שבת מיטגעהאלטן געווארן אין די עזרת נשים דורך די אם הבנים שמחה, די אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מסקולען, די אלמנה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס איז געקומען שעפן דעם שיינעם נחת דקדושה פון די המשכת שלשלת הקודש.


פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען האט זיך אנגעזען א ריזן ציבור תושבי העיר און מאסן אורחים וואס האבן איבערגעפילט דעם סקולענער ביהמ"ד מלא על כל גדותיו. דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט קבלת שבת מיט גרויס התרוממות און נעימות, און נאכ'ן שבת האט זיך געשלענגעלט א לענגערע שורה צו וואונטשן דעם רבי'ן גוט שבת און שלום נעמען, ווען עס קומען כסדר צו אידן פון אנדערע בתי מדרשים צו קומען וואונטשן דעם רבי'ן.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שלחן הטהור אינעם גרויסן שאטער, ווען עס באשיינען לידיו הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני הרה"ק בעל ישועת יעקב זצ"ל. עס האבן דעם רבי'ן משמש געווען ביים טיש די אלטע געטרייע גווארדיע פון משמשים בקודש ביי די צדיקי בית סקולען, הרב בעריש מאנן, הרב אברהם שלמה דייטש, הרב אברהם יצחק בלום, הרב יודל שערהאפער.


דער קלימאקס איז געווען ביי קידוש, וואס דער רבי האט אפגעראכטן מיט גרויס התלהבות און דביקות, ווען דער שאטער איז איבערגעפילט עד אפס מקום.


מיט די זמירות זענען נתכבד געווארן די רבנים אויפ'ן אויבן-אן, און די משמשים בקודש און ראשי מוסד הק' חסד לאברהם אין ארץ ישראל. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי תורה אויף די פרשת השבוע מתובל מיט ווארמע חסידי'שע רעיונות און טייטשן.


צווישן די רבנים וואס האבן זיך משתתף געווען ביים טיש האבן זיך אנגעזען, דעם רבי'נס פעטער הגה"צ אב"ד וויטקא, הגה"צ אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג, און נאך. די טיש איז פארענדיגט געווארן שוין נאך צוויי אזייגער ביינאכט.


שבת צופרי צו שחרית האט דער רבי צוגעשיקט גיסו הרה"ג ר' מענדל בריעף שליט"א ראה"כ סקולען בארא פארק. צו הלל האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה און פארגעדוואנט מיט גרויס מתיקות און התלהבות. דער רבי האט עולה געווען צו די קריאה פון שקלים. עס האבן אויך עולה געווען די ראשי הקהלה, און די נגידים ותומכים, צווישן זיי הנגידים ר' יונתן מענצער, ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש, ר' נפתלי וועבער און הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א. שפעטער נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל עטליכע שמחות.


די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה און געסט. שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און רעוא דרעוין וואס איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, זיך פארציענדיג ביז עטליכע שעה נאכ'ן זמן. דער רבי האט געמאכט הבדלה און פאררויכערט א ציגארעטל כנהוג.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען צו סעודת מלוה מלכה און מעריך געווען מיט געהויבנקייט אויפ'ן סקולענער שטייגער, מיט ניגוני קודש און סיפורי צדיקים, זיך פארציענדיג ביז א שפעטע שעה, און זיך געשלאסן מיט א פייערדיגן ריקוד אויפ'ן ניגון "ונשגב ה' לבדו" כנהוג ביי צדיקי סקולען.


מיט דעם האט זיך געשלאסן דער שבת ראשונה וואס איז געווען א לעכטיגע איבערלעבעניש פאר'ן גאנצן ציבור, וואס קוקט אצינד ארויס אויף די מער אפטערע שבתים פונעם רבי'ן במקום כהונתו אין וויליאמסבורג, ועל כולם אויף די לאנג ערווארטעטע מאמענט ווען דער רבי וועט זיך אויף פערמאנענט אריבערציען און קובע משכנו זיין בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, און דארט מעריך זיין די עבודת הקודש בקרב עם סגולה.


Comments


bottom of page