top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קידוש השם אין באלטימאר • האד' מסקולען מאנסי אפגעשוירן טשופעס פון בחורי חמד פון ארטיגע ישיבה

זונטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: לפי סעיף 27 א


אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם וואך בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א האט באזוכט אין ישיבה ד'אווינגס מיל'ס אין באלטימאר וואס שטייט בהנהלת הרה"ג ר' ניסן נוימאן שליט"א. נאכדעם וואס דער רבי האט אויפגעטראטן פאר די בחורים מיט א שמועס, זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת קדשו. אינמיטן האט דער רבי באמערקט עטליכע בחורים מיט באוואקסענע האר אין א 'טשופ' אויפן קאפ, דער רבי האט זיי געבעטן אפצושערן דעם טשופ זאגענדיג אז עס איז נישט קיין איידעלע זאך. די בחורים האבן זיך באלד מקבל געווען אפצושניידן די טשופעס און האבן אפירגעזוכט א שערל און געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל זיי אפשערן די טשופעס.


דער רבי האט געבענטשט די בחורים און געהייסן יעדן זיך אוועקזעצן. דער רבי האט גענומען די שערל אין די הענט און שטארק ארוסגעברענגט דאס ענין פון די אמעריקאנער בחורים וואס טוען לכאורה פונקט פארקערט פונעם דרך המסורה ווי אנשטאט שערן דעם קאפ און וואקסן דעם בארד שערט מען דעם בארד און מען לאזט וואקסן דעם קאפ, די רבי האט געזאגט אז מ'טרעפט ביי יצחק אבינו, וואס האט געזאגט 'הידים ידי עשיו', ווייל עשיו איז געווען א האריגע מענטש מיט אסאך האר, אבער א אידיש קינד האט נישט קיין לאנגע האר, נאר פירט זיך ווי יעקב אבינו, והקול קול יעקב. דערביי האט דער רבי אפגעשוירן די טשופעס בקורת רוח און געבענטשט די בחורי חמד בברכות לרוב.






Comments


bottom of page