top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • מאנטאג עקב תש"פ


היינט נאכמיטאג קומט פאר די הקמת מציבה אויף די קבר פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל אין די צאנז'ער חלקה אין ניו דזשערסי, פארנאכטס וועט פארקומען די סעודת שלושים און סיום משניות אין די זאל'ן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.


מעמד כבוד התורה 'לגיונו של מלך' לכבודם פון חברי הכולל דחסידי ויזניץ אין בארא פארק וועלכע האבן זיך פארהערט מקצועות התורה ביי חשובע רבנים שליט"א – אין וויענ'ע זאל אין בארא פארק בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין ניו יורק.


כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א לאזט זיך היינט ארויס ממעון קדשו אין בני ברק אויפן וועג קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת החתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין וויזשניצע בית המדרש אין מאנסי, דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט מאנסי, בבית האכסניא ביי הרה"ח בנש"ק ר' הערשיל קושיצקי שליט"א אויף 210 מעיפל עוועניו.


כ"ק אדמו"ר מקאליב ארה"ק שליט"א קומט היינט אן קיין ניו יארק, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואך לטובת די מוסדות.


כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט זיך די נאכט צוריקגעקערט למעונו אין בארא פארק נאכ'ן וויילן פאר עטליכע וואכן אין קרית יואל לטובת מוסדות חסד לאברהם.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בית שמש נאכ'ן וויילן אין צפת אויף אפרוה.


מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען אז כ"ק אדמו"ר מדעעש אנטווערפן שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל.

 

סעודת עניים פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש שליט"א, די שמחה קומט פאר אין היכל רינה ותפילה אין שיכון סקווירא.


שמחת התנאים פונעם עלטסטן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די כלה א טאכטער ביי הרב אלישע האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שלמה האלבערשטאם שליט"א מקאלאשיץ פון בני ברק, און איידעם ביי הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק לאנדאן, מיט די חתן א זון פון הרב דוד צבי ראזענבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסטראזשניץ לאנדאן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א רב דקהל חסידים טבריה – אין זאל מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער.


שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און אור אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, הב' הבר מצוה א זון ביי הגה"צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן שליט"א ר"מ בישיבת יח"ל, זון פון הגה"צ ר' יוסף ליבערמאן שליט"א ר"י שומרי החומות. און איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר דוד פריעדמאן זצ"ל רב דחסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן. – די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.


שמחת בית קרעטשניף ירושלים - אלעסק - דברי משה: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' משה אשכנזי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם שליט"א אב"ד דברי משה חתן הגה"צ רבי יקותיאל ליבערמאן שליט"א בן הגה"צ רבי יוסף ליבערמאן שליט"א ראה"כ שומרי החומות ורב חסידי סאדיגורה בירושלים.


שמחת בית קארלסבורג - ווייצען: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' חיים דוד כהנא שליט"א בן הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא שליט"א רב ביהמ"ד זופניק בירושלים, חתן הגה"צ רבי חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען, מיט הכלה בת הגה"צ אב"ד ערבי נחל סטעטן איילענד שליט"א בן הגה"צ אב"ד חמעלניק שליט"א וחתן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א.

 

היינט געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצוק"ל בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק', און פארנאכט'ס וועט פארקומען די יארצייט טיש מיט די באטייליגונג פון טויזענטער חסידים אין ביהמ"ד הגדול אין קרית פאפא.



 

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים ב"ב שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל, די ציבור איז מתפלל לרפואת: מרן רפאל אהרן בן בתיה חיה לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

bottom of page