top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כל הכתוב לחיים בירושלם • האד' מקאסוב לעיקוואד וועט פראווען די ירח האיתנים הבעל"ט אין עיה"ק ירושלים

דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א פון לעיקוואד - בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל ארויסגעלאזט אין וועג לעבר ארצינו הקדושה וואו די רבי שליט"א וועט פראווען די קומענדיגע ירח האיתנים אויף א געהויבענעם פארנעם. די רבי שליט"א איז נעתר געווארן צו די בקשה פונעם היימישן עולם אין ארץ ישראל, ידידי בית אבא דער קאסובער רבי זצ"ל צו קומען וויילן אויף די ימים טובים בקרתא דשופריא אויף די הייליגע טעג, אנגעהויבן פון ראש השנה, יום הקדוש און דערנאך זמן שמחתינו שמחת תורה און שמיני עצרת, ימי אורה והתעלות אויף וואס חסידים ומעריצים, קוקן ארויס דערויף מיט גרויס התרגשות.

אויף דעם שבת פ' נצבים וילך - שבת סליחות וועט שוין די רבי שליט"א זיין צוגאסט אין עיה"ק ירושלים. ראש השנה און יום הקדוש וועט די רבי שליט"א אפרעכטן די תפילות במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן, באותו מקום קדוש וואו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פלעגט יאר יערליך פראווענען די תפלות, די טישן און זיין העכערע עבודת הקודש אין לויף פון די זוממער חדשים.

אויף יום סוכות, און שמחת תורה וועט די רבי שליט"א פארבלייבן אין ירושלים און אפרעכטן די שמחת בית השואבה יעדע נאכט, און די הקפות ברוב עם הדרת מלך, אויפן קאסובער שטייגער בדרך אבותיו הקדושים. די קומענדיגע וואך וועט זיין זמני כניסה ביים רבי'ן שליט"א אין ירושלים אריינצוגיין ליהפקד בדבר ישועה ורחמים און זיך וואונטשן צום נייעם יאהר. די רבי שליט"א וועט אויך פוקד זיין די מקומות הקדושים און באזוכן בבתי גדולי ישראל מקבל צו זיין ברכתם נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.


Comments


bottom of page