top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע נסיעה דורך גאב"ד מאקאווא קיין עיה"ק טבריה לרגל הילולא קדישא פונעם של"ה הק' זי"ע

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


ווי יאר יערליך איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פארלאפענעם ערב שבת ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין טבריה, לרגל י"א ניסן די יומא דהילולא קדישא פונעם של"ה הק' זי"ע, די רב שליט"א האט געדאווענט שחרית ותיקין ביים ציון הרמב"ם, נאך שחרית איז מען אראפ צום ציון השל"ה הק', וואו מען האט געזאגט די תפילת השל"ה הק' אבות על בנים און די באשטימטער מזמורי תהילים וואס דער של"ה הק' שרייבט אז די קאפיטלעך זענען עושה רושם אין הימל, דערנאך האט זיך די רב געוואשן צו א סעודת הילולא בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' דוד דערלי שליט"א וואו מען האט ארומגעשמועסט מדברי תורתו פונעם בעל ההילולא.


פון דארט איז דער רב ארויסגעפארן צו די ציונים הק' פון התנא ר' מאיר בעל הנס און התנא רבי עקיבא להיפקד בדבר ישועה ורחמים.













Comments


bottom of page