דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א הערליכע מחזה האט זיך אפגעשפילט נעכטן מאנטאג אין די הויפטקווארטירן פונעם וועלט בארימטן ממלכת החסד 'עונג שבת ויו"ט', ווען כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט זיך מטריח געוועהן בטירחא דגברא רבה און איז אריבערגעקומען אויף א באזוך אינעם וועירהאוז פונעם וועלט גרעסטע חלוקת קמחא דפסחא "עונג שבת ויום טוב" אין קרית מלאכי, פון וואו עס ווערן ארויסגעשיקט הונדערטער טראק-לאודס מיט אלע צרכי החג אין ווערד פון 10 מיליאן דאלער!.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז ארומגעגאנגען אינעם ווערהאוז אין באגלייטונג פונעם מייסד ומנהל המפעל הרב אפרים שטערן שליט"א, אין זיך צוגעקוקט צו דעם ריזיגן חסד אפאראט וואס שפילט זיך אפ במשך א גאנצע וואך, ווען 24 שעה אין טאג קומען אן טראקס וואס דעליווערן צענדליגער טויזענטער קעסטלעך פון עסנווארג.
דערנאך איז פארגעקומען די 'מעמד הפתיחה' פונעם היי יאריגן קמחא דפסחא וואו הרב אפרים שטערן האט אויפגעטראטן און מזכיר געוועהן די אלע תומכים און עסקנים וועלכער האבן ארויסגעהאלפן בעושה ובמעש און אדאנק זיי איז אויך דאס יאהר ערמעגליכט געווארן ממשיך צו זיין די חלוקה ביתר שאת ועוז אריינצוברענגען א שמחת יו"ט פאר די אלע טויזנטער משפחות וועלכע קוקן ארויס בכליון עינים אויף די 'חלוקה פעקל' פון 'עונג שבת ויום טוב' אריינצוטרעטן אינעם הייליגען חג החירות מיט הרחבת הדעת.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויסגעדריקט זיין התרגשות פון די אומגלויבליכע חלוקה ציפערן פאר איבער פינף און צוואנציג טויזנט פאמיליעס פון אלע שיכטן און קרייזן לענגאויס ארץ ישראל, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר אלע תומכים ומסייעים און די וואלונטירן פון דעם הייליגן מפעל.
כל דכפין ייתי ויכול כל דצריך ייתי ויפסח
Comments