top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפש נקי וצדיק • נפטר געווארן בנש"ק הרה"צ רבי חיים ראזענבוים זצ"ל בן האד' מנדבורנא חדרה זצוק"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בפבר׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תשא • י"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת


פון ירושלים קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון האי נפש נקי וצדיק, בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים ראזענבוים זצ"ל פון ירושלים אין עלטער פון פינעף אין זיבעציג יאהר.


די נפטר איז געווען א זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חדרה זצוק"ל און פון די לעצט פארבליבענע אייניקלעך פון הרה"ק רבי איתמר מנדבורנא זי"ע, א אייניקל פון בנו הרה"ק בעל נחל יצחק מזוטשקא זצוק"ל, ער האט געצויגן זיין שיינעם יחוס צו צדיקי בית נדבורנא, קרעטשניף, קאמארנא, ראפשיץ, אמסאנא, און נאך פילע תלמידי הבעל שם טוב הק' זי"ע, ער איז נזדכך געווארן מיט שווערע יסורים וואס ער האט מקבל געווען באהבה, און היינט מיטאג האט ער אויסגעהאכט זיין נשמה נישט איבערלאזנדיג קיין זרע של קיימא.


פילע אידן האבן זיך היינט באטייליגט ביי די מסע הלוי' אין ירושלים, מען האט באגלייט די מיטה פון זיין שטוב רחוב בר אילן ביז צום צום הר המנוחות ווי ער איז געקומען לקבורה. נאך סתימת הגולל האט כ"ק האדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט''א - א נאנטער ידיד מיטן נפטר, אויפגעטראטן מיט דברי פרידה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


ree

תגובות


bottom of page