דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מאנטאג נאכט איז ברנה ובצהלה געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון אן אור אייניקל פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, הכלה תחי' א טאכטער ביי נכדו הגדול המשפיע הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו יחידו פון הרה"צ ר' יהודה אריה אלתר זצ"ל חתן הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל, וועלכע איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט אין בליענדן עלטער פון בלויז 27 יאר.
דער היינטיגער בעל שמחה הרב אברהם מרדכי שליט"א, איז דאן פאריתומ'ט געווארן זייענדיג א קליין קינד פון פינף יאר, און די עלטערע גור'ע חסידים געדענקן נאך גוט, ווי דאס קליין קינד איז געשטאנען ביי די לוי' הארט נעבן זיין זיידן דער פני מנחם זי"ע און געזאגט קדיש. דער קליין יתומ'ל איז ב"ה היינט ברייט באקאנט אלס א משפיע נפלא און א קוואל פון חיזוק וועלכע ציהט צו זיך ווי א מאגנעט הונדערטער מבקשים ושומעי לקחו און איז זוכה מקרב צו זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים מיט זיינע געבענטשטע כשרונות.
די געהויבענע פעטער'ס, האחים הגאונים שליט"א קינדער פונעם פני מנחם זי"ע, האבן מיטגעהאלטן די שמחה בלויז ביים מעמד החופה, שטייענדיג אינמיטן די שנת האבילות נאך די פטירה פון זייער מוטער הרבנית מגור ע"ה. איידער די חופה האט דער ראש השמפחה מרן ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אויפגעטראטן מיט הארציגע דברי התעוררות און דערמאנט נאסטאלגישע זכרונות פון זיין אומפארגעסליכע ברודער הרה"ג ר' אריה זצ"ל וועלכע אצינד קומט אראפ משמי מעל און באטייליגט זיך ביי די שמחה. דער ראש ישיבה האט דאן מסדר געוועהן חופה וקידושין און מיט די איבעריגע ברכות זענען מכובד געווארן די חשובע רבנים און געסט, צווישן זיי: הגאון רבי משה פאגעל רב חסידי גור אין בארא פארק און הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א.
ביים חתונה האבן זיך באטייליגט א גרויסן צאל חסידים ואנשי מעשה און שומעי לקחו וועלכע האבן זיך געשלענגעלט אין די רייען אפצוגעבן 'מזל טוב' פאר'ן חשוב'ן מחותן. די התרגשות איז געקומען צום קלימאקס בעת די ריקודין ווען מען האט געזינגען דעם נייעם ניגון 'טוב חסדך מחיים' וועלכע איז פארפאסט געווארן דורכ'ן מחותן המשפיע הרב אברהם מרדכי אלתר שליט"א לכבוד השמחה במעונו.
Comments