דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברגשי התעוררות וכיסופין האבן חסידי לעלוב אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל, שטייענדיג גאנצע פיר און צוואנציג יאר נאכן הסתלקות ביום ט"ז שבט תש"ס. בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, האבן זיך פארזאמלט פילע חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן די יומא דהילולא קדישא, אנגעהויבן פון די תפילות פארן עמוד, די עריכת שולחן הטהור און סיום הש"ס, די עליה לציון, און די סיום ששה סדרי משנה ביומא דהילולא בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא.
דאנערשטאג נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים בחלקת אדמור''י לעלוב, ביינאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אויף רחוב צפניה אין ירושלים צו תפילת מעריב. דערנאך איז דער רבי ערשינען צום יארצייט טיש אינאינעם מיטן סעודה לכבוד מוצאי חמשה עשר בשבט, די רבי האט צוערשט געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש.
ביים טיש האבן זיך משתתף געווען די ברודער'ס פונעם בעל ההילולא, כ''ק האדמו''ר מהרי''ד מלעלוב שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מלעלוב עזרת תורה שליט''א, כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א, כ''ק האדמו''ר מפיטסבורג שליט''א, כ''ק האדמו''ר מלעלוב בראנאוויץ שליט''א אין נאך. די רבי שליט''א האט מכבד געוועהן די חשובע אדמור''ים צו דערציילן עובדות אין סיפורים, האד' מפינסק קארלין וועלכע האט אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיטן בעל ההילולא האט דערציילט שיינע ענינים, אין דברי זכרון איז געהערט געווארן פון כ"ק האדמו''ר מפיטסבורג שליט''א וועלכע האט אסאך מסתופף געוועהן ביים לעלובער רבי'ן בחיים חיותו. אויך האט די רבי שליט''א מכבד געוועהן די שוואגער'ס הגה''צ רבי שלמה וואסערמאן אב''ד לעלוב אין הגה''צ רבי פנחס לובינסקי צו דערציילן עובדות אין זכרונות.
נאכן טיש איז מען דורך וואונטשן לחיים אין די רבי האט פארטיילט פירות פאר די חסידים לכבוד ראש השנה לאילנות.
Comments