top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי דושינסקיא פראווען יומא דהילולא פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים בצל בנו ממלא מקומו האד' מדושינסקיא

דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס התעוררות איז ביי תלמידי וחסידי 'בית יוסף צבי' אפגעצייכענט געווארן די הילולא קדישא פונעם רועה נאמן כ"ק האדמו"ר הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצוק"ל גאב"ד ירושלים.


די פארלאפענע שבת לקראת די יארצייט האבן זיך פארזאמעלט הונדערטער חסידי דושינסקיא פון איבער גאנץ ארץ ישראל צו פראווען די שבת בעפאר די יארצייט בצל רבם ומאורם כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אין ירושלים עיה"ק, די רבי שליט"א האט געפראוועט שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם לרגל די יארצייט אזוי אויך איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת און צו מוסף.


זונטאג נאכט, ליל היארצייט האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביים סעודת ההילולא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה גדולה וואס איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט א מעמד כבוד התורה פאר צענדליגע חתני התורה וואס האבן זיך פארהערט הונדערטער בלעטער גפ"ת אונטער די מסגרת פון ארגון 'תפארת בחורים דק"ק דושינסקיא'.


נעכטן מאנטאג אין ביום ההילולא נאך א דערהויבענע תפילת שחרית איז די רבי שליט"א ארויפגעגאנגען בראש מקהלת החסידים צו פוקד זיין דעם ציון המציונת אויפן חלקת דושינסקיא וואס געפינט זיך אין חצר פון די אלטע שערי צדק שפיטאל, צו אויסבעטן ישועות פארן כלל און דער פרט.


שפעטער אין טאג איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת השולחן און סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידי דושינסקיא און די רבני ודייני הקהילה בראשם, ביים טיש איז אויך פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה פון אן אייניקל פונעם בעל ההילולא, א אייניקל פון בנו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, נאך נטילת ידיים זענען צוגעגאנגען צום רבין שליט"א עטליכע תלמידים מובחרים פון די ישיבה גדולה וואס האבן מסיים געוועהן מסכתות הש"ס.


דערנאך איז פארגעקומען א העכסט אינטערעסאנטע שמועס דורך די חשובי התלמידים פונעם בעל ההילולא, אריינגערעכנט מיט די משמש בקודש און יד ימינו פונעם בעל ההילולא רבות בשנים הרה"ח ר' עקיבא רייזנער הי"ו פון בני ברק, דערנאך האט די רבי שליט"א מכבד געווען זיין ברודער הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש שליט"א צו אויפטרעטן לרגל ההילולא.


נאכן וואונטשן לחיים האט מען געהערט דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א במשנתו הטהורה פון די בעל ההילולא, די רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט שוין אין א דור וואס עס איז דא אסאך חסידים וואס האבן נישט זוכה געווען צו לערנען און מקבל זיין פון רבי'ן ז"ל דערפאר פארלאנגט זיך מער פון די עלטערע דור איבערצוגעבן פאר די קומענדיגע דורות צדיק מה פעל.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה אז פאר הדור כבוד הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט זיך משתתף געווען ביים סעודת הילולא, זייענדיג זעלבסט א תלמיד פון כולל ומכון להוראה תרביצ"א דק"ק דושינסקיא, די רבי שליט"א האט מכבד געווען הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א ביותרת הכבוד, אין איהם פארבעטן צו זאגן דברי ברכה לכבוד די הילולא.


דערנאך האט די רבי שליט"א מכבד געווען זיין שוואגער די פה מפיק מרגליות הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א אויפצוטרעטן, ער האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון א יום ההילולא און בפרט ביי תלמידים וואס זענען מקושר מיט א קשר עוז חביון צום צדיק. נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט די רבי שליט"א אויסגעטיילט כוס של ברכה פאר די פארזאמעלטע רבנים און דערנאך איז די ציבור אריבער וואונטשן לחיים פארן רבין שליט"א.

















bottom of page