top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפאפא נעמט אונטער מסע הקודש צו די קברי אבות צום יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל 'ויגד יעקב' מפאפא זיע"א

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


לעצטע הכנות ווערן געמאכט אין די טעג לקראת די געהויבענע מסע הקודש "עזרת אבותינו" בראשות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער גרייט זיך אונטערנעמען די געהויבענע נסיעה דעם וואך צו די קברי אבות אין אייראפע אינאיינעם מיט הונדערטער תלמידי וחסידי פאפא מרחבי תבל.


די קלימקאס פון די נסיעה וועט זיין די היסטארישע שבת קודש בעיר האבות פאפא, מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן גאון וצדיק, דעם רבינ'ס זיידן הגה"ק בעל ויגד יעקב זי"ע מרא דאתרא דידן, דארט וואו די פאפא רב האט משמש געווען ברבנות און משפיע געווען פאר אידישע קינדער, שטייענדיג בערב יומא דהילולא קדישא ב' אדר.


די נסיעה וועט זיך שוין אנהייבן היינטיגן מאנטיג, ווען די רבי שליט"א וועט ארויספארן פון ניו יארק קיין סלאוואקיי מיט א גרויסע פמליא חסידים, מיט א קורצע אפשטעל אין וויען עסטרייך ווי מען וועט דאווענען שחרית, און דינסטיג נאכמיטאג לאנדען אין קאשוי.


דורכאויס די נאכגפאלגנדע טעג וועט מען פוקד זיין די מקומות הקדושים אין אוהעל, בישטינא, חוסט, סאטמאר, קאלוב, ראצפערט, ביי די קברי אבות אין וואדקערט, פאקאש, טשארנא, פארהאד, טשעטשאוויץ און נאך ציונים הקדושים.


פרייטיג פארטאגס נאכן מתפלל זיין אין פרעשבורג וועט מען אריינטרעטן אינעם אלטן היים אין פאפא ווי עס וועט געפראוועט ווערן די געהויבענע שבת ראש חודש ושבת הילולא באתרא קדישא דמר, די שבת עילאה וועט זיין אהערגעשטעלט אויף א גאר הויכן סטאנדארט מלא חיזוק והתעוררות בשבת אחים גם יחד.


די תפילות ועריכות השולחנות וועלן געפראוועט ווערן באדמת קודש אינעם הייליגן שול בית מדרשו של רבי 'עץ חיים', די דערהויבענע סעודות וועלן פארקמען אינעם גיגאנטישן שאטער וואס ווערט אויפגעשעלט אינעם חצר פון ביהמ"ד. מוצאי שבת קודש  וועט פארקומען א גייסטרייכע מעמד סעודת מלוה מלכה און יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער אינעם הויף ווי מען וועט הערן די משא הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און עס וועט אויפטרעטן דער מגיד מישרים און אורח הכבוד הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א פון ארץ ישראל, נאך חצות הלילה וועט פארקומען די צענטראלע עלי' לציון פונעם בעל ההילולא קדישא די הייליגע ויגד יעקב זי"ע.


זונטאג נאך שחרית וועט די רבי אפרעכטן א מסיבת לחיים לרגל האי יומא רבה, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין קערעסטיר און פון דארט קיין ליזענסק, מאנטיג צופרי וועט מען מתפלל זיין אויף די בתי חיים אין שטאט קראקא, און זיך דערנאך ארויסלאזן צום עירפארט אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק מיט פילע זעק השפעות און ישועות. 








bottom of page